עברית
Library

רשימה

400

דער "וואָס געדיינקסטו"לח האָט מיר געבראַכט נאָך און נאָך מעלות און פאַר­לייכטערונגען ווי צו ראַנגלען זיך מיט די קינדערשע פוילקייט, צו טראַכטן וועגן די אייגענע מוחין ומדות ניט ווי עס בע­דאַרף צו זיין צושטאַנד, און פון פאַרשי­דענע דערציילונגען אַרויסנעמען געווי­סע עצות אין דרכי התיקון.

מיין פערטער מלמד, ר' ניסן סקאַב­לאָ, האָט געהאַט אַ סך בקבלה פון זיין זיידן בשם זיין פאָטער ר' ניסן מלמדלט, וועלכער איז געווען איינער פון די תלמידים הנסתרים וואָס האָבן געלערנט מיט הגאון הצדיק הר' ברוך. אונדזער מלמד הר' ניסן האָט געהאַט פאַרשריבן אַ סך סיפוריםמ, וואָס על פי רוב פלעגט ער אונדז מכבד זיין יעדן פרייטאָג מיט אַ סיפור. מיר די תלמידים פלעגן שוין וואַרטן אויף דעם פרייטאָג­סיפור מיט אַ צמאון.

יד. אין דער צייט וואָס איך האָב געלערנט אין חדר איז באַ די מלמדים געווען אַ סדר קבוע אַז מען זאָל די קינדער דערציילן סיפורים און אַז דאָס איז אַ דורות­קבלה.

דעם סיפור וואָס מורי ר' ניסן מלמד דערציילט אונז אין אַ פרייטאָג­סיפור, אַז אלטע חסידים האָבן דערציילט וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרן אַז זקני החסידים האָבן אַליין זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק רבינו הזקן:

עס זיינען פאַראַן צוויי דרכי עבודה: די עבודה פון געפינען אין זיך דעם חסרון און אים מתקן זיין, וואָס ביידע זאַכן, הן דער געפינען דעם חסרון און הן דער מתקן זיין אים, דאַרפן זיין על פי דרכי התורה.

אין מעזריטש האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט אַז דרכי עבודת תיקון המדות והכשרת כלי המוח בדרכי החסידות איז צו מאַכן פון דעם חסרון אַ מעלה.

אויף דעם יסוד התורה ודרכי העבו­דה דערציילט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק להוד כ"ק בנו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, האָט דער זיידע — רבינו הזקן — אַוועקגעלייגט זיינע כחות עצמיים בערך דרייצן יאָהר.

אין יאָהר תקל"גמא האָט דער רבי מייסד געווען אין זיין דאַמאָלסדיקן וואוין אָרט, די — באַ חסידי חב"ד באַוואוסטע — חדרים, אין דריי דרגות: חדר אלף, חדר בית, חדר גימל.

אין דעם ערשטן יאָהר פון דעם חדר אלף התייסדות און די תלמידים זיינען געווען אין זייערע היימען אין פער­שידענע ערטער וואו עס האָבן געלעבט איינצעלנע בחירי תלמידי הגר"א זיינען זיי געווען זייער בעגייסטערט פון די שטאַרקע טיפע און רייכע סברות עמוקות'דיקע לומדות.

טו. אַ וואָרט פון דאַן אַ געוויסן תמימות'דיקן גאון וואָס האָט געהערט

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ewgt0c3c

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources