יום שמע"צ תש"ח בסעודה
יום שמע"צ תש"ח בסעודה
א. אַז מען האָט איבערגעגעבן דעם אַלטן רבי'ן צו שרייבן דעם שו"ע און עס איז געקומען צום דין פון בני ארץ ישראל וועגען יו"ט שני של גליותא איז ער געווען אין אַ פאַרלעגענהייט, ווי אַזוי נעמט מען צו פון בני ארץ ישראל דעם יו"ט שני וכו'.
יו"ט שני של גליות איז דער פירוש, אַז דאָס איז אַ יו"ט וואָס מען מאַכט דעם גלות אויס גלות — מאַכן דעם חוץ לארץ פאַר "ארץ"ב, עס זאָל זיין די המשכה למטה כמו למעלה.
און דער גאַנצער פּעקיל ליגט אויף אונזערע פּלייצעס.. . ג.
ב. חסידות לערנט, אַז פון די נידעריקערע מדריגה קומט מען צו די העכערע מדריגה, און אַז מען שטייט ביי די העכערע מדריגה דאַרף מען וויסן אַז מען איז צוגעקומען צו די העכערע מדריגה דורך די נידעריקע מדריגה. וואָס איז דער שכר דערפאַר? אַז מען דערהערט די הפלאה פון די מדריגה התחתונה.
עס איז פאַראַן אַ עבודה קטנה און אַ עבודה גדולה רמה ונשאה, מען קען ניט צוקומען צו די מדריגה גדולה רמה ונשאה סיידן דורך די עבודה קטנה; אַז מען שטייט אין די עבודה רמה ונשאה און מען ווייס אַז דאָס איז געקומען פון די עבודה קטנה, דאַן דערהערט מען די הפלאה פון די עבודה קטנה.
ג. בערע אברהם'קעסד און טובי'. . . זיינען אַמאָל אַריינגעקומען צו דעם טאַטן און געזאָגט: גוט יום טוב, היינט איז דאָך שמחת תורה. האָט דער טאַטע זיי געענטפערט: איך האַלט נאָך ביי די עבודה פון שמיני עצרת.
ד. שמיני עצרת מאַכט אַ רושם אין נפש, און נשמה מאַכט אַ רושם אין שמיני עצרת.
כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה להתפלל שחרית ביום שמיני עצרת קודם חצות היום.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-73a1xcm6
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.