עברית
Library

אור לערב יוהכ"פ תש"ז

אור לערב יוהכ"פ תש"ז

האַלבא צוויי פאַרטאָג פלעגט דער טאַטע אויפשטיין, לערנען קבלה (סידור, ע"ח, פע"ח) ביז כפרות. נאָך כפרות, הכנות צום דאַוונען און דאַוונען. צוועלף אַזייגער פלעגט ער שוין אָנהויבען די הכנות צו מנחהב. אינדערפרי עיוהכ"פ געווען פרייליךג. נאָך פאַרפאַסטען זיך, גיין בענטשן זיך צו דער מוטערד. גיין אין וואַסער, געווען צייטען אַז 3 מאָלה: פאַרן דאַוונען, פאַר מנחה און בייטאָג.

דעם ערשטען עיוהכ"פ נאָך מיין חתונה האָב איך אַביסעל מאריך געווען בתפלה, געהאַט מוצאי יוהכ"פ אַ חלק דערפאַרו, פשוט געוויינט: אַ מציאות, זמורתא תהאז א. ז. וו.

צו כל נדרי האָט זיך געפילט אַ עילוי, ערענסט אָבער אַן בכיותב. אַמאָל געדאַווענט חיים זלמנזאָהןב צו כל נדרי, דער עולם געשמייכעלט, אָבער צו יעלה פשוט געלאַכט.

דער טאַטע פלעגט עולה לתורה זיין צו מנחה — מפטיר יונהח.

מוצאי יוהכ"פ פלעגט דער טאַטע אַריינגיין צו דער מוטערד אָנגיסען איר אַ גלאָז טייט. זי פלעגט דערציילען וואָס זי געדיינקט אַלס קינד פון צמח צדק: מוצאי יוהכ"פ איז געווען אַ עת חדוה, עס פלעגן קומען צו אים אַלע בני­בית. דערנאָך פלעגט אַריינגיין דער זיידע (מוהר"ש) און ער פלעגט לערנען מיט אים אַ שיעור קבלהד ביז איינס אַזייגער (על שאלת רמ"ש שיחי' האם הי' לימודם בענייני יוהכ"פ וסוכות, השיב: עד"ז לא שמעתי). און אַזוי האָט דער צמח צדק געהאַט [אַזאַ סדר (לימוד הקבלה במוצאי יוהכ"פ)] מיט זיין זיידען (אדמו"ר הזקן). אַמאָל פלעגט ער אַריינגיין מיט אדמו"ר האמצעי, און אדמו"ר האמצעי פלעגט מאַכען אַ הנחה. פלעגט זיין אַ "פאַר­פלייצעניש"י, ניט דברים כהווייתן, אָבער "אַלץ מיט חיים" (דברי הצ"צ). און דעם סדר (לימוד הקבלה במוצאי יוהכ"פ) האָט איבערגעגעבען הרב המגיד ממעז­ריטש לאדמו"ר הזקן בשם הבעש"ט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3j8cpafc

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources