י"ט כסלו תש"ז
י"ט כסלו תש"זא
א. פון דער צייט — כסלו תרס"ב — וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען מיט זיין הייליגן בריףב, אַז אונזער יום טוב יט כסלו איז דער יום טוב של ראש השנה פון חסידות*2, איז ביי די תלמידי התמימים נחלט געוואָרן אַז מען בעדאַרף זיך נעמען צו די דרכי עבודה לויט דער הוראה אַז יט כסלו איז ר"ה פון חסידות, און עס איז נחלט געוואָרן אַז פאַר דעם יום טוב של ראש השנה פון חסידות בעדאַרף מען אויך האָבן די הקדמות פון ימי הסליחות און חודש אלולג.
עס זיינען ביי מיר דאָד פיל פרקים מיט בעשרייבונגען און פאַרצייכענונגען פון יענעם ראש השנה של חסידות און פון די קומענדיגע יאָהרן, זינט דער בריף פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז בעקאַנט געוואָרן צווישן עדת החסידים בכלל און תלמידי התמימים בפרט.
אַלע פאַרשטייען די אוממעגליכקייט צו בעשרייבן אין אותיות הכתב די אינערליכע איבערלעבונגען וואָס די קינדערשע און יוגענד זכרונות שאַפן. אין געוויסע מאָמענטן, אפילו וואָכעדיקערהייט, ווערט דער זעכציג יאָהריגער עבר אַ פרישלעבעדיקער הוה מיט אַלע פרישע פרטים, און בפרט דער טיפער אַריינטראַכט אין ימים ההם בזמן הזה.
דער טיפער אַריינטראַכט שטעלט בולט אַרויס דעם הדרתקודש'דיקן לעבן אין אַ תמונה חי'. מען זעהט די הייליגע געזיכט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק די דורכדרינגליכע טיפע און שטריינגע אויגן, מען הערט די הערליך התעוררות'דיקע שטימע, און דאָס מאַכט דעם ווייטן עבר פאַר אַ פרישן הוה.
ב. היינטיקן י' און ח"י כסלו, האָב איך, ווי אַלע יאָהר — זינט מיר האָבן זוכה געווען צום גילוי פנימי אַז י"ט כסלו איז ר"ה לחסידות — זיך מסדר געווען אַז אין די הייליגע טעג זאָל איך מאַכן שעות קבועות בכל יום ויום איבער צו טראַכטן און אָפּפרישן די זכרונות פון מיינע ימי הנעורים וימי האברכות אין ליובאַוויטש שבליובאַוויטש, ווי אויך די זכרונות פון ליובאַוויטש שבגלות — ראָסטאָוו דאַן — אַ משך פון פינף און דרייסיק יאָהר, תרמ"התר"ף.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-62sy0438
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.