עברית
Library

רשימה

399

און זאָגט מיר, דעם שבת ווען איך וועל ריידן חסידות זאָלסט שטיין לעבן ר' קאָפּל זעליקסאָהןלה. ר' קאָפּל זעליקסאָהן פלעגט שטיין, בשעת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגן חסידות אין דער ערשטער שורה.

די בשורה טובה האָט מיך אינגאַנצן איבעראַשט, און איך בין גלייך געלאָפן צו דער מוטער דערציילן איר וועגן דעם, און אַ היבשע צייט פאַר ליכט צינדן בין איך שוין געווען אין פאָדער צימער וואו דער טאַטע פלעגט זאָגן חסידות.

שבת נאָך דער סעודה איז געווען אַ גרויסע התועדות. אין יענער צייט זיינען נאָך אין ליובאַוויטש געווען אַ צאָל עלטערע מענטשן, גאָר טיפע זקנים וואָס האָבן נאָך געדיינקט דעם מיטעלען רבי'ן און זיין גרויסן בית המדרשלו וואו ער פלעגט זאָגן חסידות.

איך בין נאָך דאַן צו יונג געווען אויף צו וויסן וואָס צו פרעגן באַ די זקני החסידים ענינים און הנהגות פרטיות ווי אַזוי די זקני החסידים פלעגן זיך נוהג זיין.

עס איז איבעריק צו דערציילן אַז צווישן זיי זיינען געווען טיפע פאַר­שטייער אין דער השכלה פון חב"ד­חסידות, בעלי עבודה אין תפילה מיט אַ התפעלות הלב, אַמאָל מיט אַ תשוקה וצמאון אויסגוס און אַ מאָל מיט אַ נועם ועריבות אויסגוס, וואָס איך האָב דאַן וועגן דעם קיין שום בעגריף ניט געהאַט. עס איז מער ניט וואָס איך פלעג זעהען און הערן וואָס זיי דערציילן.

די אַלע סיפורים וואָס איך האָב דאַן געהערט האָב איך געלייגט יגיעה — לפי ערך יכולתי אין יענע עלטער — אַז איך זאָל זיי געדיינקען און איך זאָל קענען אַלעס פאַרשרייבן.

יג. איינע פון די גאָר וויכטיקסטע הדרכות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מדריך געווען אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָהרן און מזהיר געווען, איז אַז מען בעדאַרף מזמן לזמן מאַכן אַ צייט איבערצוטראַכטן און דער עיקר צו מעורר זיין דעם כח הזכרוןלז אויף דעם אויסזעהען פון דעם צימער וואו דער טאַטע איז דאַן געווען אויך אויף די פרטים צי איז ער געשטאַנען אָדער געזעסן, ווי דער צימער האָט דאַן אויסגעזעהען, צי עס איז געווען זומער אָדער ווינטער, זונענשיין אָדער וואָל­קענדיק, רעגן אָדער שניי.

זייענדיק קאָנצענטרירט אין דעם ב­מחשבה אַ שעה ארוכה אָפּגעשלאָסן באַ זיך אין צימער, וואו די טיר און פענסטער זיינען געווען פאַרשפּאַרט די פענסטער פאַרהאָנגען, האָב איך זיך אַליין געפיהלט ווי דאָס אַלעס איז הוה.

זיצענדיק צוזאַמענגענומען מיט אַלע חושים און פאָרשטעלונג און טראַכטנדיק איינע פון די אמרי קדש בסגנונו הקדוש והמדוייק של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט דאָס אַלעס געשאַפן אין מיר אַ אינערליכע פאָרשטעלונג אַז דאָס איז ניט קיין חלומ'דיקער עבר נאָר אַ פול זאַפטיקער הוה.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-bq67npn3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources