עברית
Library

רשימה

401

איבערזאָגענדיק איינע פון יענע דעם רבי'נס תורות: אַזאַ תורה קען זאָגן נאָר דער מקבל מפי הרמב"ם אַליין.

דער וואָרט פון דעם תמימות'דיקן אַלטען באַוואוסטען גאון האָט געמאַכט גאָר אַ שטאַרקן רושם אין דער עולם'­שער גאונ'ישער וועלט.

באַ געוויסע עולמ'שע פירנדיקע גאונים האָט דעם גאון תמים'ס וואָרט געמאַכט אַ טיפע קנאה ווירקונג וואָס האָט געשאַפן גאָר גרויסע ביטערע פאלגן מיט שענדליכע מעשים.

טז. שמחת תורה תרנ"ז האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דער טאַטע האָט מיר געזאָגט בשם דעם זיידען — דער רבי דער צמח צדק — אַז רבינו הזקן האָט מיט הונדערט און פיר און צוואַנציק יאָהר צוריק — תקל"ג — מייסד געווען די חדרים.

אין מיין יומן איז באריכות פאַרצייכנט דער מסורה ענין מרבי לרבי, דער שטריינגער, גאָר גאָר זייער טיפער אויס­שפּראַך וואָרט וואָס דער רבי זאָגט גאָר די ערשטע נשיאות זמן קומענדיק פון מעזריטשמב:

חסידים וואָס זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה מיט אַ איבערגעגעבענ­קייט זיינען בעלי הפרדה.

די — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — וואָס האָבין גיזעהן און געהערט דעם אינערליכן רגש און התלהבות ווי בעלי עבודה שבלב פלעגין איבערזאָגין די ווערטער האָט פועל געועזין אַ כללות'­דיקע בושה אויף דעם אייגענעם בלי מהות.

טו"ב. דעם בליץ פייערדיקן וואָרט איז מגלה הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין יאָהר תרנ"ז בשעת די התייסדות הישיבה תומכי-תמימים.

כל ענין התורה והמצות, זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין זיין שיחה ארוכה באַ אונדזער חופה סעודה, איז אויף צו מגלה זיין אין גשמיות וחומריות דעוה"ז די כוונה העליונה אַז אין מציאות היש זאָל זיך הערן און נתגלה ווערן די כוונה עצמית ופנימית פון עצמות א"ס ב"ה.

אָט דער ענין ואופן העבודה האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מקבל געווען אין מעז­ריטש ביים מגיד מיט מורנו הבעש"ט'ס הצלחה ברכה.

עס איז אַ ענין פון עצמו מספרמג. טייצן פון דעם וואָרט עצמו: א) עצם — שטאַרק. ב) עצם — האַרט. וואָס פון דעם צירוף קומט אַרויס אַ פירוש; ג) שטאַרק האַרט, כמאמר ברזל קשה אש מפעפעומד, אָבער שטאַרק האַרטמה איז אַזאַ שטאַרקע האַרטקייט וואָס אין פייער צוגייט דאָס ניט און וואַסער פאַרטרינקט דאָס ניט. עס איז שטענדיק און אומעטום אַ עצמי, און דאָס איז דער ריכטיקער טייטש פון דעם נאָמען איד.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-e7vr6043

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources