עברית
Library

פוקח עורים חלק ראשון

תעט

פרק א) בבקר אין דער פרי באלד ווי ער שטייט אויף זאל די ערשטע מחשבה ורצון זיין אין הרהור תשובה, היינו צו דערמאנען זיך כל החטאים און אלע די שלעכטע הרהורים וואס ער האט אין זיך. נאך דעם זאל ער זאגן תהלים תיכף ומיד מיט איין לב נשבר ונדכה מאד זייער צובראכן גאנץ טיף אין הארצן בתכלית און ניט געמאכטע צובראכענקייט.

פרק ב) דער היפוך איז ווי מען הויבט אן אריין צו לייגן זיך די ערשטע מחשבה ורצון אין שלעכטע זאכן און בפרט אין תאות ניאוף און אנדערע שלעכטס פירט ער זיך אין עומק הרע אז ער ווערט נאך געפירט א גאנצן טאג ווארום די ערשטע מחשבה ורצון איז נאר דער עיקר. בכן זאל מען תיכף ומיד נעמען זיך צום הארצן און זאגן תהלים און בפרט דעם קאפיטל נ"א ער איז א גרויסער תיקון פאר די עוברי עבירות חמורות דהיינו אשת איש און דאס גלייכן.

פרק ג) כל לבבות דורש ה', איז טייטש השי"ת זעט נאך אויף די נקודת הלב אויפן פינטל פון אמת אין איטלעכינס הארצן ווי זי איז מיט גאר דעם אמת און ווי די צובראכענקייט איז אין הארצן צי זי איז צום תכלית און ניט פון אויבן, אזוי ווי דער פסוק זאגט קרוב ה' לנשברי לב וגו' דהיינו ווער עס האט איין טיפע מרירות הלב און עס (ער?) איז באמת זייער צובראכן תמיד אין פינטל פון הארצן פון זיינע חטאת נעורים וכו' און וויל איין תקומה האבן ער זאל זיין נפש ניט פארלירן ח"ו, דעם העלפט השי"ת און גיט אים גרויס הילף תשובה צו טאן היינו ער שטארקט אים זייער אין זיין דעה און אין זיין הארץ ווי ער געלוסט אין דער מחשבה אזוי גיט ער אים א גאנצן טאג און איז א סור מרע בפועל ממש, אויך אין דער מחשבה ורצון קערט זיך אפ זיין הארץ פון אלע שלעכטס אפילו ניט צו קוקן מיט די אויגן אויף וואס מען טאר ניט און ווי דאס איז בדוק ומנוסה.

פרק ד) די צייט ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ איז צוויי צייטן. איינס פארן שלאף היינו דוקא אז ער זאגט קריאת שמע על

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t379q3qw

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources