קונטרס ענין התפלה - תקפ"ז
תקצט
נאר דער באיי בלייבן קען דאס זיין אחסרון, למשל צו בלייבן נישט, איך בין נישט היינט דורך וואס וועט אויס געפירט ווערן רצונו ית' ווי דער תכלית המכוון איז [שנתאווה] להיו' לו דיר' בתחתונים, מוז מען ווידער אויף גיהובען ווערן און [מי] מוז זיך שטארקן מצד אלקות, כי אחר מס"נ באמת איז די גיהויבינקייט נאר מצד אלקות און ניט מצד זיך ח"ו וועט דא ניט פאלין אין היפוך, ולאחר נפ"א נק' כארי' [דשכיב] על טרפי' כנ"ל, ווארום דער כח פון מס"נ איז זייער שטארק דערוף שטייט מי יקימנה, מי איז בינה דהיינו בינתו ית' וואס ער לייגט זיך אריין צו פאר שטיין אין אלקות דאס הויבט עם ווידער אוף אז ער זאל עפעס איין מהות זיין אבער ניט מצד זיך. לכן ווערט דאס ווידער איבער גערעט אין ובא לציון גדולתו ית' און עס ווערט גירעט קדושה וויא אין שמ"ע וואס ווערט גירופין תפיל' אצילו', כידוע מכהאר"י ז"ל אז אשרי ובא לציון ווערט גירופין שיורי אצי', נאר דיא קדושה איז בלשון תרגום מטעם המבואר שם וד"ל.
אח"ז איז עלינו לשבח כו' שלא עשנו כגויי הארצות דהיינו עס איז שוין קרוב וואס מי דארף עוסק זיין אין פרטיות [התחלקות], ממילא איז דאך שוין פראנען גויי הארצות וואס זענען אהיפוך מרצונו ית', מ"מ לא שם חלקינו כהם כו' וממילא איז מובן אז עס איז מצד דעם כח הרשימה וואס בלייבט פון תפלה אין כל פרטי פרטיות הרשימה מהמוחין, דאס איז דער ביטול מצד אלקות שהי' לו בשעת התפלה און דאס טוט אפעולה אז ער זאל קענען נמשך ווערין אין פרטים, ווארום אז עס וואלט מאיר זיין מוחין בשלימות שזהו עצם הביטול, וואלט מען ניט אן זעהען קיין פרטים [און] אין אמת דארף דאך זיין דירה בתחתונים. און אז עס וואלט [נסתלק ווערין] חס ושלום, גאר קיין רשימה [זאל] ניט בלייבין וואלט מען אריין פאלין אין יש הגשמי, וויא ער איז אונטען וואלט דענסטמאל אפי' תומ"צ וואלטן בלייבן [רוען] אונטן אין הסתר פנים, און ווער רעט שוין או"ש ומו"מ וואלטן גאר זיין אין היפוך, לכן בלייבט א רשימה כנ"ל. למשל וויא איינער גייט ארויס פון בית המלך מקיים צו זיין נימוסי המלך אז ער איז גאר באמת בטל צום עצם המלך נאר עס האט אים דורך גינומען דיא זאך, מוז בייא אים בלייבין ארשימה אכח
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- קונטרסים
- Id
- rh-vr1hgn5r
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.