קונטרס ענין התפלה - תקפ"ז
תר
הזכרון פון מלך אליין וואס דאס היט אים [אפ אז] ער זאל ניט אפ קערין פון רצון המלך. וזהו שלא עשנו כגויי הארצות אין דאס איז דער גאנצר שבח פון עלינו בזה האופן, וע"כ נקוה לך לראות מהרה בתפארת עוזיך להעביר גילולים מן הארץ. וממילא איז המלכות שלך וביום ההוא יהי' ד' אחד ושמו אחד, נאר דאס וועט זיין לעתיד בגילוי בבחי' עין בעין, דיא עין גשמי וועט קענען זעהן אלקות בדרך חוש וויא [זי זעט] דיא עין גשמי כל הדברים הנופלים בחוש הראות אזוי וועט זיא זעהן דיא חיות פון אלקות וואס איז מהוה ומחי' [מאין ליש] בכל עת ורגע, און ניט בעין השכל און ניט בעינא דליבא נאר דיא עין כמשמעו וועט זיין אכלי דער צו וד"ל. נאר איצטר איז מעין ודוגמא ווארום עס דארף זיין היום לעשותם וממילא דורך דעם לעשותם ווערט דער יש הגשמי איבער גימאכט אז דאס זאל ווערין אמכון לשבתו ית' וויא כלי הגוף צום נפש, און דאס ווערט גירופן עבודה מלשון עורות עבודים עס ווערט דיא זאך איבער גימאכט און דער יש לייכט וויא ער איז באמת מצד אלקות און דאס ווערט דורך תורה ומצות, אבער באופן אז מקודם איז תפלה וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה כמבואר במשל [מ]השדרה, קען שוין זיין גילוי אלקות אין תומ"צ והרמ"ח מצות ווערין אברים דמלכא. אבל האומר אין לי אלא תורה אפי' תורה אין לו וד"ל.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- קונטרסים
- Id
- rh-y1k97fck
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.