English
ספרייה

לקוטי שיחות

תשא א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

381תש א

א. אויפן פסוקא „זה יתנו . . מחצית השקל" זאָגן רז"לב (און רש"י ברענגט עס אַראָפּ בפירושו על התורהג) „אמר רבי מאיר כמין מטבע של אש הוציא הקב"ה מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו זה יתנו כזה יתנו".

בדומה

אויבערשטער האָט משה'ן געוויזן אַ דוגמא פון דער זאַך אויף וועלכער ער האָט אים אָנגעזאָגט — געפינט מען באַ כמה עניניםד: א) „נתקשה משה במעשה המנורה עד שהראה לו הקב"ה מנורה של אש"ה, ב) „נתקשה משה על מולד הלבנה . . והראה לו באצבע את הלבנה ברקיע ואמר לו כזה ראה וקדש"ו, ג) ביים איסור פון שרצים — „וזה לכם הטמא"ז (און נאָך עניניםח).

איז ניט מובןט: בשלמא באַ אַנדערע זאַכן קען מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט דאָס אים געדאַרפט באַווייזןי, ווייל זיי אַנטהאַלטן אין זיך פרטים און ציורים מסובכים: די מנורה, לדוגמא, האָט געהאַט אין זיך די גביעים כפתורים ופרחים און זיי אַלע האָבן געדאַרפט זיין „מקשה אחת" און צוזאַמען דערמיט יעדערער אין אַ באַשטימטן אָרט אין דער מנורה, אין זיין ספּעציעלער פאָרם וכו'; עד"ז האָט מען ביי מולד הלבנה געמוזט וויסן גענוי „באיזו שיעור תראה ותהי' ראוי' לקדש"יא (און מ'זאָל וויסן מיט אַ וודאות אַז דאָס איז די לבנהיב און קענען מתאר זיין אופן עמידתה ברקיע — די אַלע פרטים וואָס די גמרא רעכנט אויס ביי בדיקת העדיםיג) [און אַזוי אויך די שרצים — וואָס ניט אַלע פון זיי האָט מען געוואוסט ווי זיי זעען אויסיד].

382משא"כ ביי מחצית השקלטו וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט קיינע שוועריקייטן צו וויסן וואָס דאָס מיינטטז, און מען געפינט עס שוין באַ אליעזר עבד אברהםיז, וואָלט דאָך געווען גענוג ווען דער אויבערשטער זאָגט אים אָן אַז מ'זאָל געבן אַ מחצית השקל — פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער אויך דאָ געוויזן אים אַ „מטבע של אש"?

תוספות אין מנחותיח איז מסביר, פאַרוואָס די גמרא דאָרט רעכנט ניט מחצית השקל צווישן די ענינים וואָס נתקשה בהם משה (מנורה, קידוש החודש און שרצים): „דלא שייך התם נתקשה, אלא משום דלא הוה ידעיט בשום ענין אם לא הי' מראהו". ולכאורה איז דאָס אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס וואָלט משה ניט געוואוסט וואָס עס איז דער (שיעור פון אַ) מחצית השקלכ? און — אפילו אויב ער האָט

ניט געוואוסט, האָט

אויבערשטער אים געקענט מפרט זיין בדיבור וויפל ס'דאַרף זייןכא דער שיעור ומשקלכב.

נאָכמער: אפילו נניח אַז דעם גענויעם שיעור פון מחצית השקל קען מען וויסן נאָר דורך אַ דוגמא מוחשית — פאַרוואָס האָט דאָס געדאַרפט זיין אַ „מטבע של אש"? אדרבא — עס וואָלט געווען גענויער צו ווייזן אים אַ מחצית השקלכג וואָס מ'דאַרף געבן בפועל — של כסף, אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן לבנה ברקיע (ועד"ז די שרציםכד).

[דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן אַ „מנורה של אש" איז פאַרשטאַנדיק, היות די מציאות פון אַזאַ מנורת זהב איז נאָך דאַן ניט געווען383בעולםכה; משא"כ מחצית השקל אַ מטבע מיט אַ שיעור ומשקל גשמיכו].

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: תוס' אין חוליןכז פאַרענטפערט די שאלה הנ"ל פון תוס' אין מנחות (פאַרוואָס ווערט מחצית השקל ניט גערעכנט צוזאַמען מיט די אַנדערע ענינים וואָס „נתקשה משה"): „הני אע"פ שהראהו לא נתקשה בהן אלא שתמה על הדבר מה יוכל אדם ליתן כופר נפשוכח הראהו הקב"ה כו'" — ולכאורה זיינען די צוויי תירוצי התוס' סברות הפוכות: לויט תוס' אין מנחות איז במחה"ש מער ווי „נתקשה משה", ווייל „לא הוה ידע בשום ענין אם לא הי' מראהו", משא"כ לויט תוס' אין חולין איז משה מלכתחילה „לא נתקשה בהן", ער וואָלט געוואוסט דעם שיעור בדיוק אויך ווען דער אויבערשטער וואָלט אים ניט באַוויזן; און דאָס וואָס „הראהו" איז צוליב אַן אַנדער טעםכט.

ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם לבאר וואָס דער רמב"ם זאָגטל ביי דער מצוה פון נתינת מחצית השקל: הצווי שנצטוינו ליתן מחצית השקל בכל שנה והוא אמרו יתעלה ונתנו איש כופר נפשו ואמר זה יתנולא. ולכאורה: צוליב וואָס דאַרף ער ברענגען ביידע פסוקים און איז זיך ניט מסתפק מיט דעם פסוק „זה יתנו"לב? ובפרט אַז דער ציווי אויף נתינת מחצית השקל שטייט דוקא אין דעם פסוק — „זה יתנו כל העובר על הפקודים מחצית השקל"לג (דאַקעגן אין פסוק „ונתנו איש כופר נפשו" ווערט ניט דערמאָנט וועגן דעם עצם מצוה פון נתינת מחצית השקל, נאָר — אַז אויב „תשא את ראש בנ"י" איז „ונתנו" אַ „כופר נפשו" כדי אַז „לא יהי' בהם נגף בפקוד אותם").

ג. איז דער ביאור בזה: אין דער מצוה פון נתינת מחצית השקל זיינען384פאַראַן צוויי דינים: א) עס דאַרף זיין אַן איינמאָליקע נתינה, ווי דער רמב"םלד פסק'נט „ואינו נותנו בפעמים רבות היום מעט ולמחר מעט אלא נותנו כולו כאחת בפעם אחת". ב) מ'דאַרף געבן אַ מטבע פון אַ „מחצית השקל כסף"לה (ופשיטא ניט קיין „שוה כסף" אין באַטרעף פון אַ מחצית השקללו).

בנוגע דעם וואָס דער רמב"ם פסק'נט אַז מ'דאַרף דאָס געבן בפעם אחת, איז מסביר דער ראָגאַטשאָווערלז דעם טעם, אַז די נתינת מחצית השקל האָט אַ דין פון אַ קרבן און עס איז אַ גדר פון כפרה — און ביי כפרה העלפט ניט קיין נתינה לחצאין (ווי די גמראלח זאָגט בנוגע גזל הגר „החזירהו (צום כהן) חצאין לא יצא מאי טעמא אשם קריי' רחמנא").

אין דעם (אַז דאָס איז אַן ענין פון קרבן וכפרה) קען מען לערנען אויף צוויי אופנים: א) דער גדר הכפרה פון מחצית השקל באַשטייט אין דעם, וואָס דערמיט ווערן געקויפט די קרבנות צבור במשך השנה וועלכע זיינען לכפרהלט; ב) די עצם נתינה פון מחצית השקל איז אַן ענין פון כפרה — אַ קרבן יחיד.

ויש לומר, אַז דאָס איז אַ מחלוקת צווישן רש"י און רמב"ם: רש"י איז מפרשמ „ועל אותה תרומה נאמר לכפר על נפשותיכם שהקרבנות לכפרה הם באים", אַז ביי דער תרומה פון מחצית השקל שטייט „לכפר על נפשותיכם" — לשון רבים, ד. ה. אַ כפרה אויפן צבור, היות אַז דאָס ווערט גענוצט פאַר קרבנות צבור, וואָס זייער ענין איז כפרהמא.

דער רמב"ם אָבער לערנט דאָס אַרויס כנ"ל פון פסוק „ונתנו איש כופר נפשו", וואָס שטייט בלשון יחיד, עס מיינט ניט די כפרה פון קרבנות צבור, נאָר אַז דאָס האָט דעם דין „קרבן בפני עצמו"מב — די נתינה גופא איז אַ גדר כפרהמג.

ויש לומר אַז דאָס איז דער טעם אויף נאָך אַ חילוק צווישן רש"י און רמב"ם: לדעת רש"ימד דאַרף מען מכוון זיין385בשעת דער נתינה פון מחצית השקל אַז מ'גיט דאָס צוליב די קרבנות צבור; פון רמב"ם אָבער איז משמע אַז דאָס איז אַ באַזונדער ענין, ווי ס'איז מוכח פון דעם וואָס אין דעם ערשטן פרק אין הלכות שקלים רעדט ער בלויז וועגן דער מצוה און דעם אופן פון נתינת מחצית השקל (און ער זאָגט ניט אַז וויבאַלד מ'דאַרף מקריב זיין קרבנות צבור מתרומה חדשה, דעריבערמה איז אַ „מ"ע מה"ת ליתן כל איש מישראל מחצית השקל בכל שנה ושנה". און נאָכמער — ער דערמאָנט אינגאַנצן ניט אַז מען קויפט מיט די מחצית השקל קרבנות צבורמו), און אויך אין פרק ד' הייבט ער אָן בסגנון פון אַן ענין בפ"ע חדש לגמרי*46: תרומת הלשכה מה יעשה בה, לוקחין ממנה תמידין של כל יום והמוספין וכל קרבנות הצבור כו'. ד. ה. אַז (אין) דעם עצם נתינה פון מחצית השקל איז ניט (נוגע אַז דאָס איז) צוליב קרבנות צבור (נאָר ס'איז אַ דין קרבן וכפרה בפ"ע) און דאָס וואָס לפועל קויפט מען די קרבנות צבור פון תרומת הלשכה (מחצית השקל) איז עס אַ באַזונדער ענין פאַר זיךמז.

ד. עפ"ז איז מובן דער טעם וואָס דער רמב"ם ברענגט אין ספר המצות ביידע פסוקים הנ"ל, ווייל פון יעדערן פון זיי לערנט מען אָפּ אַ באַזונדער גדר המצוה פון נתינת מחצית השקל: פון „ונתנו איש כופר נפשו" לערנט ער אָפּ, אַז נתינת מחצית השקל איז אַן ענין פון כפרה ע"ד ווי אַ קרבן; פון „זה יתנו" — וואָס דער לשון „זה" באַווייזט אויף אַ נתינה פון איין זאַך — מ'גיט עם ניט אַלס אַ סכום וצירוף פון צען (באַזונדערע) גרה (ובמילא האָט אַן אָרט צו זאָגן אַז מען קען זיי אויך געבן ניט אַלע מיט אַמאָל), נאָר אַלס איין מחצית השקל — (בלשון הרגצובימח) אַ „שיעור העצמיי" ניט קיין „שיעור מצטרף".

וואָס פון דעם קומען אַרויס די צוויי דינים: אַ דין אין דער נתינה בשייכות צום גברא און אַ דין אין דער „חפצא" פון מחצית השקל: פון „ונתנו איש כופר נפשו" ווייס מעןמט דעם דין אין גברא,386אַז ער דאַרף עס געבן בבת אחת, ניט לחצאיןנ כנ"ל; און פון „זה יתנו" (די „זאַך" גופא זאָל מען געבן) ווערט אָפּגעלערנט דער דין בנוגע „חפצא", אַז דער חיוב איז „זה (יתנו)" — די מציאותנא פון אַ מחצית השקל — אַ מטבע פון אַ מחצית השקלנב, און ניט כסף לויטן שיעור און משקל פון מחצית השקל.

[ויש לומר, אַז דאָס איז מדוייק און מודגש אין די צוויי לשונות אין רמב"ם „נותנו: א) כולו כאחת ב) בפעם אחת"נג].

ה. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין וואָס דער פירוש פון „זה יתנו" איז, „כמין מטבע של אש הוציא הקב"ה מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו זה יתנו כזה יתנו" און ס'איז מובן דער טעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן דווקא אַ מטבע של אש.

דער חילוק צווישן אש און אַנדערע יסודות פון חומר הבריאה*53 איז: אַנדערע סוגי חומר (רוח מים און עפר) ווערן געמאָסטן לויט זייער כמות, פאַרנעם אין מקום, אָדער אין ערך ושווי (זייער מאָס אין גשמיות'דיקן שטח אָדער אין כמות השוויות והערך). „אש" ווערט ניט געמאָסטן לויט איר תפיסת מקום און איז ניט מוגבל אין אַ באַשטימטן שטח אין מקום, די מציאות פון „אש" איז מער אַן איכות'דיקענד, און אויך אַ מעט אש איז מתפשט והולךנה.

און דעריבער, ווען דער אויבערשטער וואָלט אים באַוויזן אַ מחצית השקל כסף, וואָלט נאָך אַלץ ניט געווען קלאָר, וואָס דער גדר המצוה איז און וואָס אידן דאַרפן געבן: צי ס'איז אָנגעזאָגט געוואָרן און ס'איז גענוג די שוויות וכו' פון אַ מחצית השקל כסף. ובמילא קען מען387געבן וואָס מ'וויל, אַבי דאָס איז ווערט אַ מחצית השקל, אָדער עס דאַרף זיין דוקא כסף לויטן משקל פון אַ מחצית השקל, אָדער דוקא אַ מטבע וואָס משקלה איז מחצית השקל כסף.

און דעריבער האָט ער אים באַוויזן „כמין מטבע של אש" (וואָס „משקלה" איז „מחצית השקל"), אַז די מצוה איז ניט די כמות — די שוויות אָדער אפילו כסף במשקל פון אַ מחצית השקל, נאָר „די זאַך" גופא, די מציאות פון דער מטבע מחצית השקלנו.

— ד.ה. ניט דער גדר המצוה איז געבן אַ משקל כסף אין ערך פון מחצית השקל (ולכל היותר — איז עס אַ תנאי (צדדי) אַז דער כסף דאַרף זיין בצורת מטבע) נאָר דאָס איז דער גדר המצוה: „זה יתנו" געבן די מטבע — מחצית השקל.

און דאָס זאָגט זיך אויס אין „מטבע של אש" דוקא, וואָס אש איז ניט אַן ענין וואָס מעסט זיך מיט ערך ושוויות, כנ"ל. נאָר זיין שיעור איז — די עצם מציאות פון אש,

און עס איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז „מטבע של אש" ממש קען מען ניט געבן — מיינט „זה" — דער ענין מיוחד אין מטבע של אש ווי ער געפינט זיך אין מטבע של כסף.

ו. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין די צוויי תירוצים פון תוס' (הנ"ל ס"א) אַז זיי זיינען ניט מחולק צווישן זיך, נאָר זיי זיינען בהתאם צו די צוויי גדרים הנ"ל אין נתינת מחצית השקל: אין מנחות זאָגט תוס' „משום דלא הוה ידע (איזה מטבע יביאונז) בשום ענין אם לא הי' מראהו" —

ווען דער אויבערשטער ווייזט אים ניט אַ מטבע של אש, וואָלט משה ניט געוואוסט (ניט נאָר — נתקשה) דעם דין אַז עס דאַרף זיין „זה יתנו", דער תנאי אין חפצא פון דער מטבע כנ"ל בארוכה.

אין חולין זאָגט תוס', אַז משה'ס תמי' איז געווען אין דער נתינה פון גברא — „מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו" — דאָס איז דאָך ניט קיין קרבןנח.

ז. לויט דעם — אַז די תמי' פון משה'ן (כפי' התוס' אין חולין) איז געווען דערפאַר וואָס ער האָט נאָך ניט געוואוסט אַז מחצית השקל איז אַ קרבן — קומט אויס אַז דאָס וואָס „הראהו מטבע של אש" איז געוועןנט (ניט נאָר צו מודיע זיין דעם גדר המצוה אין חפצא פון מחצית השקל נאָר) אויך אַ הסברה אין דער נתינה פון גברא (אַלס כפרה — קרבן).

דער ביאור בזה:

אין כפרה זיינען דאָ צוויי ענינים: א) כפרה דורך קרבנות, „לכפר על נפשותיכם", ב) „כופר נפשו".

„כפרה" (ע"י הקרבנות) מיינט (ווי388דער טייטש פון כפרה — פאַרגעבונג) אַז עס ווערט פאַרגעבן און אַראַפּגענומען די טומאת החטא; „כופר נפשו" איז ניט קיין ענין פון אַראָפּנעמען דעם חטא, נאָר כופר: „אויסלייזונג פון נפש", ד. ה. דערמיט ווערט אויפגעטאָן אַז דער נפש ווערט פאַרביטןס און במילא אויסגעלייזט, ווי אַ נייע מציאות.

וואָס די צוויי ענינים זיינען בכללות די צוויי סוגים וואָס מ'געפינט באַ דער טהרה פון טומאה אין פשטותסא.

טבילה במים נעמט אַראָפּ די טומאה; טבילה באש, און ווי די גמראסב זאָגט איז „עיקר טבילותא בנורא", איז תוכנה [ניט אַראָפּנעמען די טומאהסג, נאָר] בדוגמת פעולת האש כפשוטה, וואָס איר אופטו איז — „מחזירן לכבשן" ווערט אַ נייע כליסד ומציאות.

און דאָס איז דער חילוק צווישן דער כפרה פון קרבנות און „כופר נפשו" וואָס דורך מחצית השקל: די קרבנות זיינען (בכלל) מכפר אויף שגגותסה (ועכ"פ) ניט אויף כריתות ומיתות ב"דסו; די נתינה פון מחצית השקל איז ענינה, ע"ד ווי עס איז געווען צום ערשטן מאָל, צו מכפר זיין אויפן חטא העגלסז וואָס רירט אָן אין עצם מציאות — ס'איז אַ חיוב מיתה; און דעריבער דאַרף זיין „כופר נפשו", אַז עס זאָל ווערן אַ נייע מציאות.

(אויך)

אויבערשטער מגלה געווען דורך ווייזן אים אַ „מטבע של אש", אַז די כפרה פון מחצית השקל איז תוכנה אַזוי ווי (די טבילה ב)אש — עס איז פועל אַז עס ווערט אַ מציאות חדשהסח.

ח. אע"פ אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן משה'ן „מטבע של אש" איז געווען כדי צו מבאר זיין אַז די נתינה פון מחצית השקל איז ניט אַן ענין פון שווי ומשקל, נאָר — „זה יתנו" (כנ"ל בארוכה) — זאָגט אָבער רש"י אַז די „מטבע של אש" האָט געהאַט אַ משקלסט דמחצית השקל389— „הראה לו כמין מטבע של אש ומשקלה מחצית השקל",

און פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט אַ נס בתוך נס — ניט נאָר „מטבע של אש", נאָר אַז די מטבע של אש זאָל האָבן אַ משקל — איז מוכח, אַז אויך אין דעם פרט פון „משקל" האָט דער אויבערשטער מחדש געווען אַן ענין ביי משה'ן, וואָס ווען ניט „הראה לו . . מטבע של אש ומשקלה כו'" וואָלט ער מדעת עצמו עס ניט געוואוסט.

אין אַנדערע ווערטער: אין דער נתינה פון מחצית השקל איז נוגע (ניט נאָר דער עצם „מטבע של אש", נאָר) אויך אַז דער מחצית השקל דאַרף זיין בדוגמא צו אַ „מטבע של אש" וואָס האָט אַ משקל.

ט. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס תמיהת משה — „מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו" (ווי געבראַכט פריער פון תוס') און דערפאַר האָט דער אויבערשטער באַוויזן משה'ן מטבע של אש — איז מקורה אין מדרשע, און דאָרט איז מבואר אַז דאָס („ונתנו . . כופר נפשו") איז געווען איינע פון די דריי זאַכן ש"שמע משה מפי הגבורה ונבהל ונרתע לאחוריו" — „בשעהעא שאמר לו הקב"ה צו את בנ"י את קרבני לחמי לאשי אמר משה מי יוכל להספיק לו קרבנות אם אנו מקריבין לפניו כל חיתו שדי כו' אינו מספיק לו כו', א"ל הקב"ה איני מבקש לפי כחי אלא לפי כוחן כו'. בשעה שאמר לו הקב"ה ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם אמר משה מי יוכל לעשות לו מקדש שישרה בתוכו הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך כו', אמר הקב"ה איני מבקש לפי כחי אלא לפי כחן כו'".

איז ניט מובן: וויבאַלד משה האָט שוין געהערט פריער*71, בנוגע צום משכן, אַז „איני מבקש לפי כחי אלא לפי כחן", פאַרוואָס איז ער „נבהל" און ס'איז ביי אים געווען אַ תמי' הערנדיק די ווערטער „ונתנו איש כופר נפשו"?

לכאורה מען קען ניט זאָגן אַז דער חידוש ותמי' פון משה'ן איז געווען דערפאַר ווייל דאָס איז כופר נפשו אויפן חטא העגל, וואָס רירט אָן דעם עצם מציאות כנ"לעב — וואָרום אויך דאָס געפינט מען, דער אויבערשטער האָט געהייסן נעמען אַ פר בימי המילואים „לכפרעג על מעשה העגל שהוא פר"*73.

איז דער ביאור אין דעם:

באַ דעם משכן איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס אידן האָבן געטאָן איז געווען „לפי כחן", ווייל זייער השתתפות אין דעם איז געווען מיט נדיבות לבם — „כל איש אשר ידבנו לבו"עד, „כל נדיב לבו יביאה"עה; עד"ז ביי הקרבת הפר — ווייל ביי קרבן איז דער דין, אַז „יקריב אותו לרצונו"עו, און דאָס אַז עס דאַרף390זיין דער רצון המנדב ושל בעל הקרבן, איז דאָס מדגיש אַז עס איז „לפי כחן" — אין דעם איז דאָ „כחן של ישראל";

אָבער די מצוה פון מחצית השקל איז אין אַן אופן אַז יעדער האָט געמוזט געבן, צי ער וויל יע אָדער ניט, נאָכמער דער דין איז אַז „כופין את מי שלא נתן עד שיתן וכל מי שלא יתן ממשכנין אותו ולוקחין עבוטו בעל כרחו ואפילו כסותו"עז —

[און אע"פ אַז אויך באַ קרבנות איז דאָ דער דין פון „כופין אותו" — איז עס אָבער אין אַן אופן פון „כופין אותו עד שיאמר רוצה אני"עח, ד.ה. אַז ביי דער הקרבת קרבן מוז דער מענטש זאָגן בדיבור שלו אַז „רוצה אני"; וואָס הגם אַז בחיצוניות איז עס אַ געצוואונגענע אמירה, איז אָבער די אמירה מתאים מיט'ן אמת, וויבאַלד אַז בפנימיות נפשו וויל יעדער איד מקיים זיין דעם רצון השם (כמבואר ברמב"םעט); משא"כ ביי מחצית השקל געפינט מען ניט אַז דער איד דאַרף זאָגן „רוצה אני", ד. ה. אין זיין נתינה מוז ניט זיין רצונו. און וויבאַלד אַז די נתינה אַליין איז נאָר אַ חיצוניות'דיקע פעולת היד און דער נפש פון אידן איז ניט קענטיק אין דער עשי', איז]

— ווי קען אַזאַ נתינה זיין „כופר נפשו"פ, אין דעם איז דאָך ניטאַ „כחו", „כחן של ישראל"!

אויף דעם האָט דער אויבערשטער באַוויזן משה'ן „מטבע של אש ומשקלה מחצית השקל", וואָס ער האָט גענומען (ווי עס שטייט אין מדרש) „מתחת כסא כבודו", כדלקמן.

יו"ד. דער טעם (פנימי) אויף דעם, וואָס ביי מחצית השקל איז ניטאָ דער דין פון „כופין אותו עד שיאמר רוצה אני" (ובפרט קשה לפי הנ"ל, סעיף ג', אַז דאָס האָט אַ דין קרבן), י"ל אַז דאָס איז, ווייל מחצית השקל איז געקומען אַלס כפרה אויפן חטא העגל, וואָס האָט אָנגערירט כנ"ל, דעם עיקר מציאות פון אידן, זיי אָפּגעריסן אויך מצד נפשם ופנימיותם ר"ל, ובמילא קען דאָ ניט העלפן „כופין אותו עד שיאמר רוצה אני" (אַז דער רצון ופנימיות הנשמה זאָל אַרויסקומען בגלוי).

און דערפאַר „הראה לו מטבע של אש", וואָס „הוציא הקב"ה מתחת כסא כבודו": מצד פנימיות הנשמה ווי זי איז שייך צום גוף האָט די נתינה ניט געקענט זיין מצד כחן של ישראל, כנ"ל. דאָס קען אָבער יע זיין מצד עצם הנשמה (וואָס איז העכער לגמרי פון גילויים, ווייל עצמיות הנשמה איז דער עצם פון אַלע כחותפא, אויך פון זיין עשי' חיצונית).

און דאָס מיינט „הראה לו (הקב"ה)" — דער אויבערשטער האָט מגלה געווען, בדרך מלמעלה למטה אויך ווי די „מטבע של אש" נעמט זיך „מתחת כסא כבודו" — די בחי' אש שבנשמה, עצם הנשמה, ווי זי איז מושרש למעלה „תחת כסא כבודו" ווי די חז"לפב זאָגן „הנשמות גזורות מתחת כסא הכבוד"פג;

391און דאָס האָט ער מגלה וממשיך געווען אין „משקלה" — אַז דער עצם הנשמה נעמט דורך די נשמה מיט אירע אַלע כחות דאָ למטה ביז אין משקל וכו'; ד.ה. אַז די „מטבע של אש" — עצם הנשמה — איז ניט אַ באַזונדער זאַך פון די כחות וואָס זיינען דאָ אין דער נתינה גשמיות, נאָר די מטבע של אש גופא איז „משקלה מחצית השקל" (וכנ"ל, אַז דער עצם הנשמה איז דער עצם פון אַלע כחות).

און דערפאַר, אפילו ווען די נתינה פון אַ אידן איז אָן דער אמירה פון רוצה אני, ס'איז אין אַן אופן פון „משקל" — אַ נתינה גשמית וחומרית, אָן רצון וחיות, ס'איז „משקל": עס וועגט און שלעפּט למטה און מ'דאַרף האָבן טרחא און אפילו כפי' — איז אָבער דער אמת לאמיתו (און דאָס איז דער אויפטו פון מחצית השקל), אַז ביי אידן איז אויך די נתינה געבונדן מיט'ן „אש שבנשמה", אַז די אמיתיות ופנימיות פון זיין כח העשי' והנתינה איז די התגלות פון „תחת כסא כבודו" וואָס איז „מטבע של אש", עצם נשמתו.

יא. ע"פ כהנ"ל איז פאַרשטאַנדיק די שייכות צווישן די צוויי ענינים הנ"ל אין מחצית השקל — דער דין „ונתנו איש כופר נפשו" (דער דין אין נתינה, אַז דאָס איז „כופר נפשו", אַ קרבן) און „זה יתנו" (דער דין אין חפצא, אַז דאָס איז ניט אַ גדר שוויות וערך, נאָר אַ מציאות פון אַ מטבע מחצית השקל כסף) — וואָרום ביידע דריקן אויס די זעלבע נקודה, אַז די נתינה פון מחצית השקל איז פון „אש" (מתחת כסא כבודו) ועצם הנשמה:

וויבאַלד עצם הנשמה איז העכער פון התפשטות גילויים והתחלקות, איז מובן אַז אויך די נתינה שמצד עצם הנשמה איז בדוגמא לזה: בבת אחת — אָן התחלקות, און דער שיעור פון דער מטבע איז ניט אַ כמות'דיקער (וואָס מעסט זיך אין שוויות און משקל), נאָר אַן איכות'דיקע עצם'דיקע נקודה;

און מהאי טעמא איז די כפרה פון מחצית השקל אין אַן אופן פון „אש" (העכער פון דער כפרה פון קרבנות, כנ"ל סעיף ז), וואָס מאַכט איבער דעם מענטשן אין אַ מציאות חדשה, ווייל מצד התגלות פון עצם הנשמה ווערן נשתנה אַלע זיינע כחותפד ביז ער ווערט אַ מציאות חדשה.

יב. אָט דער ענין וואָס „מטבע של אש הוציא הקב"ה . . והראהו למשה", איז אָבער געקומען ערשט נאָכדעםפה ווי משה „נבהל ונרתע לאחוריו"; דוקא ווען בחי' משה — חכמהפו דקדושה — ווערט נבהל כו', ניט קענענדיק באַנעמען ווי אַזוי אַן עשי' ופעולה חיצונית קען זיין אַ כפרה, איז דאָספה מעורר אַז דער אויבערשטער זאָל באַווייזן, מגלה וממשיך זיין מלמעלה למטה, די דרגא פון „אש" שבנשמה ביז אין בחי' „משקל", ד. ה. ווי עצם הנשמה זאָגט זיך אַרויס בגלוי אין די כחות הנשמה ביז אין מעשה המצות פון אַ אידן.

און דאָס איז אויך אַ הוראה אין עבודת כאו"א: עס טרעפט אַמאָל אַז אַ איד פילט ניט קיין געשמאַק און חיות אין לימוד התורה וקיום המצות, עס איז אַ מצות אנשים מלומדה, כגוף בלי נשמהפז; ביז נאָכמער, אַז דאָס איז ביי אים גאָר אַ טירחא ועול, ער דאַרף זיך392כופה זיין צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, און אויך דער נויטן זיך איז ביי אים ניט בדרך עבודת עבד, נאָר ווייל ער האָט ניט קיין ברירה —

דאַרף ער וויסן, אַז דאָס וואָס ער וועט זיך אַריין טראַכטן אין דעם, מיט אַ התבוננות אליבא דנפשי', און בחי' משה שבו — חכמה שבנפשפח — „גיט זיך אַ טרייסל" דערפון וואָס ער האָט ניט קיין חיות און הרגש אין עבודת השם, און אין מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון — דאָספט גופא איז מעורר דעם ענין פון „הראהו מטבע של אש כו'", אַז הקב"ה עוזרו, דער אויבערשטער איז ממשיך און באַווייזט בחי' „משה" שבנפשו דעם אש שבנפשו, עצם הנשמה, און דאָס ווערט נמשך אין „משקלה", אין אַלע כחות הנפש ביז אין מעשה בפועל, און אין אַן אופן גלוי.

יג. לאידך האָט מען פון דעם די הוראה: בשעת ס'איז דאָ אַ איד, וואָס לעת עתה פירט ער זיך ניט אַזוי ווי עס דאַרף זיך פירן אַ בן אברהם יצחק ויעקב און עס ליגט אַ חיוב אויף יעדן אידן צו מקרב זיין אים צו תומ"צ — זיינען אָבער דאָ אַזעלכע וואָס טענה'ן: וואָס פאַר אַן אָרט האָט צו זאָגן דעם אידן אַז איצט דאַרף ער לייגן תפילין. אָדער לייענען ק"ש וכיו"ב, בעת ער האַלט נאָך ניט דערביי, ער פאַרשטייט ניט וואָס דאָס מיינט און ער האָט קיין שום רצון ניט דאָס צו טאָן. און וואָס פאַר אַ תועלת איז צו מכריח זיין אים אָנטאָן תפילין, בשעת ער וועט עס טאָן נאָר דערפאַר וואָס ער איז אַן איידעלער מענטש און קען ניט אָפּזאָגן — אָבער די מעשה המצוה גופא מיינט ביי אים גאָרניט?

דער סדר דאַרף זיין — טענה'ן זיי — אַז די ערשטע זאַך דאַרף מען אים אויפקלערן שריט נאָך שריט, אַ טאָג נאָך אַ טאָג און געבן צו פאַרשטיין ביז אַז ביי אים זאָל זיך אָפּלייגן אין זיין שכל אַז ער דאַרף מקיים זיין מצוות, און דעמאָלט וועט ער שוין אַליין אָנהייבן מקיים זיין מצוות, וואָרום ער וועט האָבן אין דעם אַ רצון און געשמאַק.

אויף דעם איז דאָ די הוראה פון מחצית השקל: בשעת אַ איד איז מקיים אַ מצוה אפילו נאָר אין אַן אופן פון „משקלה", אָן קיין שום תענוג און אָן אַ רצון, און אפילו בדרך כפי', באַווייזט דער אויבערשטער אַז באמת'ן איז דאָס מטבע של אש, דאָס איז מצד דעם „אש" פון עצם הנשמה, ובמילא איז דאָס זיין אמת'ער רצון ותענוג.

ואדרבה — דורך דעם וואָס ער וועט פועל'ן אויפן צווייטן מקיים זיין די מצוה אפילו נאָר בדרך כפי', וויבאַלד באמיתית איז דאָס פאַרבונדן מיט'ן „אש" שבנשמה, וועט דאָס פועל'ן אַז סו"ס וועט די מטבע של אש אַראָפּקומען בגלוי ביז אין „משקלה", אין זיין מעשה בפועל, ביז אַז דאָס וועט ווערן זיין רצון ותענוג בגלוי, סוף וועט ער מקיים זיין די מצוה מיט'ן גאַנצן ברען און פייער פון דער נשמה.

און וועט אויך צואיילן די הקרבת393הקרבנות (וואָס מ'האָט געבראַכטצ פון אַ מחצית השקל) אין דעם ביהמ"ק השלישי

אין ירושלים עיר הקודש, וואָס „באש אתה עתיד לבנותה"צא „ואני אהי' לה נאם ה' חומת אש סביב"צב, במהרה בימינו ממש.

(משיחות פ' שקלים, פ'

זכור, פ' פרה תשל"ג)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-s230cvmh

עותקים

פעילות אחרונה

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · אושרה
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · נסגרה

מקורות