English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

495וארא

ב"ה, ט"ו טבת, ה'תש"מ.

ברוקלין, נ. י.

צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם

יערלעכן באַנקעט פון „בית רבקה" אין

מאָנטרעאָל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה:

צו דער געלעגנהייט פון דעם יערלעכן באַנקעט — מוצאי שבת־קודש פ' וארא, ראש־חודש שבט, הבע"ל, שיק איך מיין באַגריסונג און ברכה צו די געערטע געסט און אַלע אַנטיילנעמער, מיט דעם אינערלעכן וואונש אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין געבענטשט מיט הצלחה אין אַלע הינזיכטן.

צו פאַרבינדן די דאָזיגע געשעעניש מיט דער פרשת השבוע, איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף רש"י'ס באַמערקונג אין אָנהייב פון דער סדרה: וארא — „אל האבות", וואָס לכאורה איז די באַמערקונג אַן איבעריגע, וואָרום עס שטייט דאָך בפירוש אין פסוק: אל אברהם, אל יצחק ואל יעקב. נאָר אין דער הדגשה „אל האבות" איז פאַראַן אַ הוראה (וואָס איז נוגע לעניננו):

יעדער איינער פון די אבות האָט פאַרקערפּערט אין זיך אַן אייגנאַרטיקן דרך אין עבודת ה', וואָס איז אַריבער בירושה פון אברהם צו יצחק און פון יצחק צו יעקב, און דערנאָך איז צוגעקומען די נקודה משותפת פון די אבות אַלס אבות, וואָס דאָס אַלץ איז אַריבער בירושה צו אַלע אידן און צו יעדן אידן, נאָר מ'דאַרף דאָס אַרויסברענגען מן הכח אל הפועל — וואָס דאָס איז דער ענין פון חינוך.

אין דעם ווערט אויך אונטערשטראָכן אַן אינערלעכע נקודה פון „אבות" — עלטערן — בכלל, וואָס ס'איז ניטאָ אַ זאַך וואָס עלטערן זאָלן ניט טאָן פאַר קינדער, בפרט בנוגע זייער דערציאונג, וואָס דערפון איז אָפּהענגיק דער גאַנצער צוקונפטיגער לעבנסוועג פון די קינדער.

בפרט ווען עס רעדט זיך וועגן חינוך הבנות, וואָס איז אין פיל הינזיכטן נאָך וויכטיגער ווי דער חינוך הבנים, נעמענדיג אין באַטראַכט אַז יעדע אידישע טאָכטער דאַרף צוגעגרייט ווערן צו פאַרנעמען איר אָרט אַלס עקרת הבית, וואָס פון איר איז אָפּהענגיק די גאַנצע פירונג פון דער אידישער היים און די גייסטיגע אַטמאָספערע אין וועלכע די קינדער ווערן דערצויגן, ספּעציעל אין די פריעסטער יוגנט ווען דער חינוך פון די קינדער איז הויפּטזעכלעך אין אירע הענט.

496דאָס איז אויך איינע שווער, נשיא דורנו, האָט זי ישראל ביז צו גרינדן „בית נעם.

זיכער וועלן אַלע אַנטיי צו פאַרזיכערן די עקזיסט רבקה" שולע אין מאָנטרעאָ זאַמען מיט די בני־בית שיך פון די דערקלערונגען פאַרוואָס דער רבי דער זיך אַזוי שטאַרק אָפּגעגעבן מיט חינוך נשי ובנות ת רבקה" סקולס אין אַ פאַרצווייגטן וועלט פאַרילנעמער און פריינד טאָן אין דער פולסטער מאָס וענץ און ווייטערע אַנטוויקלונג פון דער „בית אָל און וועלן געבענטשט און באַגליקט ווערן צווחיו בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה

ולבשורות טובות

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-pyv1ham5

עותקים

פעילות אחרונה

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · אושרה
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · נסגרה

מקורות