נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
449ויקהל־פקודי
א.שוין גערעדט פיל מאָל, אַז רש"י בפירושו על התורה שטעלט זיך אָפּ און איז מפרש יעדער ענין וואָס אין אים פעלט ביאור לפי פשוטו של מקרא, און בשעת מ'געפינט אַז עפּעס איז שווער אין פשט הכתובים און רש"י באַוואָרנט עס ניט, מוז מען זאָגן אַז ע"פ פשש"מ איז דאָס מלכתחילה קיין קשיא ניט — אָדער ווייל ע"ד הפשט איז עס מובן מעצמו, אָדער דאָס ווערט באַוואָרנט דורך אַ פריערדיקן פירוש אין רש"י.
אין די פרשיות ויקהל פקודי זיינען דאָ כמה ענינים וואָס זיינען ניט מובן ע"פ פשש"מ, און נאָכמער — אייניגע קשיות ווערן בעיקר מצד פרש"י. מען וועט זיך דאָ אָפּשטעלן עכ"פ אויף איין שאלה אין יעדער פרשה:
אין פ' ויקהל אויפן פסוקא „וכל הנשים אשר נשא לבן אותנה בחכמה טוו את העזים", וואָס דאָס מיינט, ווי רש"י זאָגט, „שמעלב גבי העזים טוויןג אותן" — אַז זיי האָבן געשפּונען די וואָל (נוצהד) ווי זי איז נאָך באַהאָפטן צו די עזים. דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס פאַר אַ מעלה און תועלת איז אין דעם וואָס „מעל גבי העזים טווין אותן"?
ולכאורה, אדרבה: בשעת אַז די נוצה זיינען אָפּגעשניטן פון די עזים, קען מען זיי דעמאָלט שפּינען אַ סך גרינגער און בעסער ווי ווען זיי זיינען „על העזים" — וואָס האָט מען פון דעם וואָס די נוצה ווערן געשפּונען „מעל גבי העזים"?
אויך — וויבאַלד די תורה דערציילט אויף וויפל ס'איז געווען די חביבות פון מלאכת המשכן באַ די נשים (וע"ד מש"כ פריערה „ויבואו האנשים על הנשים"), אַז זיי האָבן אַרויסגעוויזן אַ אויסערגעוויינלעכע חכמה און פעאיקייט אין די טווי' מעל גבי העזים — פאַרוואָס געפינט מען דאָס ניט אויך באַ דער טווי' פונעם צמר (פון די יריעות התחתונות) פון דעם תכלת וארגמן גו', וואָס שטייט פריערו (און עס איז אויך מודגש אַז עס איז געווען בחכמה) און פונדעסטוועגן איז „וכל אשה חכמת לב בידי' טוו ויביאו מטווה את התכלת ואת הארגמן גו'", זיי האָבן אָבער ניט געשפּונען דעם צמרז מעל גבי הכבשיםח?
ב. אין פרש"י בפ' פקודיט דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש"י זאָגט אַז „משה450צוה לבצלאל לעשות תחלה כלים ואחר כך משכן, א"ל בצלאל מנהג עולם לעשות תחלה בית ואח"כ משים כלים בתוכו א"ל כך שמעתי כו' וכן עשה המשכן תחלה ואח"כ עשה כלים".
איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דער אופן וסדר עשיית המשכן איז געווען לויט דעם „מנהג עולם", איז דאָך דער „מנהג עולם" ביים בויען אַ בית אַז פריער בויט מען די ווענט און דערנאָך דעם דאָךי — און אַזוי איז אויך געווען ביי הקמת המשכןיא — און אין פ' ויקהליב געפינט מען אַז די חכמי לב האָבן פריער געמאַכט די יריעות (אַלס גג)יג און ערשט דערנאָךיד די קרשים [און אַזוי איז אויך געווען דער סדר ווי זיי זיינען אויף דעם נצטווה געוואָרן בפ' תרומהטו].
די בעלי התוס'טז פאַרענטפערן, אַז די יריעות זיינען געמאַכט געוואָרן „ראשונה לכל מלאכת המשכן כדי שיהו מוכנות לאהל על המשכן מיד שיעשו הקרשים ולא יהי' שעה אחת בלא כסוי'".
אָבער (נוסף אויף דעם וואָס דאָס גופא פאָדערט אַ טעם — פאַרוואָס האָבן די קרשים ניט געקענט זיין „שעה אחת בלא כיסוי"יז — איז) אין פשש"מ קען מען אַזוי ניט איינלערנען, וואָרוםיח פון פשטות הכתובים זעט מען אַז מ'האָט געבראַכט דעם משכן צו משה'ן ערשט נאָכדעם ווי עס זיינען פאַרטיק געוואָרן אַלע פרטי וחלקי המשכן — די יריעות, קרשים און כל כלי המשכןיט — און ערשט דערנאָך האָט מען עם אויפגעשטעלט, כמובן. ובמילא איז דאָך קיין נפק"מ ניט וועלכער חלק ס'איז געמאַכט געוואָרן פריער; אפילו ווען מ'וואָלט געמאַכט די קרשים פריער, כ"מנהג עולם", וואָלטן זיי סייווי ניט געשטאַנען קיין „שעה אחת בלא כיסוי", היות מ'האָט זיי ערשט אויפגעשטעלט לאחרי גמר עשיית כל המשכן כולו.
איז די תמי', וואָס אין ביידע ערטער (סיי ויקהל, סיי פקודי) געפינט מען ניט אַז רש"י זאָל דאָס באַוואָרענען.
א) רש"י איז דאָך אויסן צו אָפּטייטשן „טוו את העזים", אַז דאָס מיינט „מעל גבי העזים טווין אותן", האָט ער דערמיט געדאַרפט אָנהויבן זיין פירוש, און דערנאָך ערשט צוגעבן אַן ענין נוסף אין451דעם, אַז דער אופן פון שפּינען איז אַן „אומנות יתירה" (וכיו"ב) ובכלל — ווי קען רש"י אָנהויבן מיט די ווערטער „היא היתה אומנות יתירה" איידער מ'ווייס וועגן וואָס עס רעדט זיך דאָ, און ערשט דערנאָך זאָגן דעם פירוש הכתוב — „שמעל גבי העזים טווין אותן"?
ב) פאַרוואָס נוצט רש"י דעם לשון „אומנות יתירה" — און ניט „(היא היתה) חכמה יתירה", וואָס דאָס איז לשון הכתוב: „וכל הנשים אשר נשא לבן אותנה בחכמה"? ובפרט אַז אין גמראכ, וואָס איז (בפשטות) דער מקור פון דעם פרש"יכא, שטייט טאַקע „חכמה יתירה"כב.
ד. דער ביאור בזה:
וויבאַלד אַז מען טיילט אויס באַזונדער (אין אַ פסוק בפ"ע) „טוו את העזים", און מען איז עס ניט כולל אין דעם פריערדיקן פסוק צוזאַמען מיט „וכל אשה חכמת לב בידי' טוו ויביאו מטווה את התכלת ואת הארגמן גו'" (ווי זיי שטייען טאַקע צוזאַמען ערשט באַ דער הבאהכג, און באַ דעם ציווי אויף דער תרומהכד), ובפרט אַז דער פסוק חזר'ט איבער נאָכאַמאָל „וכל הנשים אשר נשא לבן אותנה בחכמה טוו"כה, איז מובן מעצמו אַז דער „טוו (את העזים)" איז אַנדערש פון דעם טוו אין דעם פסוק שלפניו (און וויבאַלד אַז ס'איז ניט שייך קיין טווי' אין די עזים), מיינטכו עס אַז זיי האָבן געשפּונען די נוצה את (— מיט) במחוברכז צו די עזיםכח.
452— און דער טעם דערפון פאַרשטייט אויך אַ בן חמש: וויבאַלד אַז דאָס וואָס אידן האָבן מנדב געווען און געבראַכט פאַרן משכן איז געווען תרומת ה' — ווי אַ נדבה והקרבה לה' — איז כשם ווי אין קרבנות זיינען דאָ פאַרשידענע סוגים: אַ קרבן פון מין החי און פון מין הצומח (ווי מען געפינט בפרשת בראשיתכט, ביי קרבן קין און קרבן הבל) און אַ קרבן פון אַ בעל חי איז מער חשוב ווי אַ קרבן פון אַ צומחל —
עד"ז אויך בנדו"ד: ווען מ'קען שפּינען חוטי הנוצה ווען זיי זיינען נאָך מחובר צו די עזים (מין החי), איז דאָס אַ חשוב'ערע תרומה ווי אַ מטווה פונעם נוצה וואָס איז אָפּגעשניטן פון די עזים. חוטין וועלכע זיינען נאָך מחובר צום בעל חי (עזים), וואַקסען זיי, זיי האָבן אַ שייכות צום מין החי, זיי זיינען יונק פון גוף החי. משא"כ די חוטים נאָך דעם ווי זיי זיינען אָפּגעשניטן פון גוף החי.
— ובפרט אויב מ'וועט לערנען בפשטות, אַז מ'האָט געבראַכט די חוטים ווי זיי זיינען נאָך געווען על גבי העזים*30, איז פשוט דער עילוי שבזה, זייענדיק בשעת הנתינה אין גדר פון אַ דבר חי.
ה. עס איז מובן פאַרוואָס בלויז ביי די יריעות עזים איז געווען „טוו את העזים", און מען געפינט דאָס ניט ביי די יריעות פון תכלת וארגמן כו':
די חוטי הצמר פון די כבשים האָט מען געדאַרפט ברענגען אַלס (— נאָך דעם ווי זיי זיינען געווען געפאַרבט) תכלתלא (געפאַרבט מיטן דם חלזון — בלוי) און ארגמן (פּורפּול) כו' — וואָס דאָס (פאַרבן) איז ניט מעגלעך בעת די חוטי צמר זיינען מחובר צו די כבשים — קומט אויס, אַז די הבאה פון די תכלת וארגמן כו' קען ניט זיין באַלד נאָך זייער טווי' מעל גבי הכבשיםלב, ופשיטא ניט ווי זיי זיינען נאָך על גבי הכבשיםלג,
דעריבער איז די טווי' ניט געווען על גבי הכבשים, ווייל די הבאת תרומה לה' קען סייווי ניט זיין אין דעם אופן (משובח) ווי זי איז מחובר (אָדער עכ"פ בסמיכות לזה) צו חי.
וא"ו. אויף דעם וואָס ס'איז מובן מעצמו פון פסוק, כנ"ל, באַוואָרנט רש"י: „היא היתה אומנות יתירה כו'": דאָס וואָס די נשים „טוו את העזים", איז געווען ניט בלויז מצד „נשא לבן אותנה בחכמה" (כולל אויך —) צו פאַרשטיין, אַז דורך אַזאַ אופן של טווי' וועט עס זיין אַ חשוב'ערע נתינה ותרומה פאַר דעם משכן, נאָר אויך דערפאַר וואָס אין דעם איז געווען אַ בעסערקייט אין אויסאַר־453בעטונגלד — „אומנותלה יתירה": די עצם טווי' וואָס על גבי העזים קומט אַרויס בעסערלו אויסגעאַרבעט ווי די טווי' מיט די נוצה וואָס איז שוין אָפּגעשניטן פון די עזים. וואָרום בשעת די שערות זיינען מחובר און יונק פון דער בהמה האָבן זיי אין זיך אַ לחלוחית און אַ ווייכקייטלז, וואָס דאָס איז אַ מעלה אין דער אומנות הטווי'.
ז. ע"פ הנ"ל ווערט אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מען האָט געמאַכט די יריעות פריער ווי די קרשים, כאָטש אַז דער „מנהג עולם" איז צו מאַכן די ווענט פריער — ומצד ביידע ענינים הנ"ל: מצד חביבות וזריזות הנשים האָבן זיי גלייך געמאַכט די טווי' און עס געבראַכט צו די עושי המלאכה (היריעות) ווי זיי זיינען על גבי העזים, האָט מען ניט געקענט אָפּלייגן די גזיזה (און מאַכן היריעות) ביז מ'וועט מאַכן די אדנים און קרשים — ווייל אינצווישן וועלן די שערות וואַקסען יעדערע פאַר זיך אָן טוי' צוזאַמען.
אויך י"ל ע"ד ההלכה — אַז דאָס איז צער בעלי חיים (זייענדיק ניט לגמרי פריי — דורך דער טווי')לח, האָט מען דערפאַר צום אַלעם ערשטן גוזז געווען די חוטי הנוצה פון די עזים.
און היות אַז דאָס שפּינען ע"ג העזים איז אויך אַן „אומנות יתירה" — די טווי' איז אַ בעסערע, כנ"ל, איז מובן, אַז עד"ז איז אויך ביי דער מלאכת האריגה פון די יריעות עזים, אַז ווען די מלאכת האריגה פון די חוטי עזים איז בקירוב זמן צו זייער זיין מחובר צו די עזיםלט, איז אויך דער עצם וועבן אין אַ בעסערן אופן, מיט אַ יתרון אין דער אומנות. און דערפאַר האָט מען תיכף נאָכן אָפּשניידן די חוטים מעל גבי העזים דערפון אורג געווען יריעותמ.
ח. פון די ענינים מופלאים ע"ד ההלכה וואָס מ'נעמט אַרויס פון דעם פרש"ימא:
454עס איז ידועמב די שאלה — וויבאַלד אַז אין בונין את המקדש בלילהמג (ועד"ז דעם „משכן דאקרי מקדש"מד), ד.ה. אַז בנין המקדש איז אַ מ"ע שהזמן גרמא, און נשים זיינען פטורות פון מ"ע שהזמן גרמא, היינט ווי האָבן נשים געמעגט שפּינען דעם צמר פאַר דעם (בנין ה)משכן [לדעת ר"תמה, אַז אַן אשה קען ניט צוגרייטן און טאָן דעם הכשר פון אַזאַ מצוה אויף וועלכער זי איז ניט מצווה, וואָס דערפאַר איז „אין אשה אוגדת לולב ועושה ציצית כיון דלא איפקדא"]?
איז מבאר דער ראָגאַטשאָווערמו, אַז אין מצות בניית מקדש זיינען דאָ צוויי פרטים: א) דער עצם בויען אַ מקדש איז אַ מ"ע, ב) דאָס וואָס עס דאַרף אויפגעבויט ווערן אַ מקדש אויף צו מקריב זיין קרבנות.
און אין דעם איז דער חילוק בנוגע להנ"ל, צי נשים זיינען מחויבות אָדער פטורות פון בניית המקדש: מצד דער מצוה פון בניית המשכן והמקדש איז עס אַ מ"ע שהז"ג און נשים זיינען פטורות; אָבער דער צווייטער ענין וחיוב, אַז מ'דאַרף אויפבויען אַ מקדש אויף צו מקריב זיין דאָרט קרבנות, אין דעם זיינען אויך נשים מחויבות, וויבאַלד אַז אויך זיי האָבן אויף זיך דעם חיוב פון הקרבת קרבנות.
און דעריבער: די חלקים און פרטים אין מקדש, וועלכע זיינען מעכב די הקרבת הקרבנות, זיינען אויך נשים מחוייבות אין זייער בני' ועשי'; משא"כ די חלקי וכלי המקדש וואָס זיינען ניט מעכב (אין דער הקרבת הקרבנות), און זייער עשי' איז נאָר צוליב דער מ"ע פון בניית המקדש — פון דער עשי' זיינען נשים פטורות — ובמילא אויך אסור.
ט. ובעניננו: בנוגע די יריעות זאָגט די גמראמז, אַז דאָס וואָס עס שטייט אין פסוקמח „ויפרוש את האהל על המשכן", ווערט דערמיט געמיינט די יריעות התחתונות (פון שש תכלת וארגמן ותולעת שני), ד.ה. אַז מיט די יריעות התחתונות האָט שוין דער משכן אַ דין פון אַן אהל און מ'קען דאָרטן מקריב זיין קרבנות. קומט במילא אויס, אַז די יריעות שלמעלה מהן, די יריעות עזים, זיינען ניט מעכב צו מקריב זיין קרבנות אין משכן (און דער משכן איז כשר אויך ווען „קיפל הרוח" את יריעות העזים).
ועפ"ז איז מובן דער טעם החילוק אין די לשונות הכתוב, וואָס בנוגע די יריעות התחתונות שטייט „וכל אשה חכמת לב בידי' טוו ויביאו מטווה את התכלת ואת הארגמן גו'", ווייל די יריעות זיינען מוכרח צוליב כשרות455המשכן (אויף צו ברענגען קרבנות), דעריבער קענען אויך נשים טאָן די מלאכה פון שפּינען די יריעות (זיך משתתף זיין אין מלאכת המשכן); משא"כ באַ די יריעות עזים, וואָס די יריעות זיינען ניט קיין עיכוב אין די קרבנות, כנ"ל, ובמילא זיינען נשים פטורות (ואסורות) בעשייתן — דערפאַר שטייט דער לשון „טוו את העזים", אַז זייער טווי' האָט געדאַרפט זיין באופן „דהוי חכמה יתירה ולא מלאכה"מט, ווי די גמרא זאָגט אין שבתנ.
יו"ד. ע"פ הנ"ל בפירוש רש"י — אין דעם דיוק לשון „אומנות יתירה" — י"ל אַז רש"י בפירושו עה"ת גייט בזה לשיטתי' — דרך הפשט:
אויפן פסוק „ויפרוש את האהל על המשכן" טייטשט רש"י „הן יריעות העזים" (וכפשטות הכתוב אין פ' תרומהנא, „ועשית יריעות עזים לאהל על המשכן"). לפי"ז קומט אויס, אַז לדעת רש"י (ובפשש"מ) האָבן (אויך) די יריעות עזים דעם גדר פון „אהל"נב וואָס איז נוגע און מעכב צו הקרבת הקרבנות אין משכן.
וויבאַלד אַז טווי' על גבי בהמה איז געווען צווישן די פעולות וואָס זיינען געטאָן געוואָרן אין משכן, איז דאָס אַ הוכחה אַז דאָס איז אַן „אומנות" און מלאכה, ובמילא איז מען דערויף חייב אַ חטאת.
יא. מיינה של תורה פון פרש"י און די הוראה דערפון אין עבודת ה':
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק, צוליב וואָס דערציילט די תורה אַז „וכל הנשים456אשר נשא לבן אותנה בחכמה טוו את העזים"? ס'איז דאָך מאי דהוה הוה — די יריעות עזים זיינען דאָך געווען נוגע נאָר אין משכן, אָבער ניט אין מקדש (כולל המקדש דלעתיד, ובפרט שהוא „בנוי ומשוכלל" און „יגלה ויבוא משמים"נז).
נאָר פון דעם נעמט מען אַרויס צוויי הוראות כלליות אין דער עבודה פון „משכן ומקדש" וואָס יעדער איד דאַרף אויפמאַכן אין וועלט בכל הזמנים והמקומות (וכדרז"לנח „בתוכו לא נאמר אלא בתוכם" — בתוך כאו"א מישראל).
די ערשטע הוראה האָט מען פון די נשים וואָס „נשא לבן אותנה בחכמה", אַז בשעת דער אויבערשטער האָט געגעבן אַ אידן אַ חוש וכשרון מיוחד, דאַרף ער וויסן אַז דאָס איז ניט צוליב אים אַליין, נאָר ער דאַרף עס אויסנוצן אין זיין עבודה צו מאַכן פון וועלט אַ משכן, אַ דירה לו יתברך —
פּונקט ווי עס איז געווען ביי די נשים אין זמן פון בנין המשכן, אַז האָבנדיק אַ כשרון מיוחד, וואָס אַנדערע האָבן עס ניט געהאַט, האָבן זיי פאַרשטאַנען, אַז אָט דער כשרון וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן דאַרף פון זיי אויסגענוצט ווערן אויף בויען אַ משכן וואָס דאָרטן וועט זיין השראת השכינה — ושכנתי בתוכם.
און דעריבער, כאָטש זיי זיינען ניט נצטווה געוואָרןנט צו מאַכן די טווי' מיט אַן „אומנות יתירה", דערציילט די תורה אַז זיי זיינען אַליין נתעורר געוואָרן צו טאָן די „אומנות יתירה" צוליב דעם משכן ה' — און דערמיט גיט תורה אַ הוראה לדורות.
און כשם ווי דאָס איז בנוגע כשרונות מיוחדים וכיו"ב, אַז אַ איד דאַרף זיי אַריינטאָן אין דער עבודה צו מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו ית', עד"ז איז עס אין אַנדערע ענינים וואָס דער אויבערשטער גיט אַ אידן — ווי לדוגמא, בשעת דער אויבערשטער גיט אים אַ פאַרדינסט וואָס איז מער ווי געווענלעך, זאָל ער וויסן, אַז ער דאַרף מוסיף זיין אין נתינת הצדקה, תרומה לה' (וכידועס „אַז דעם אַלטען רבי'נס אַ חסיד האָט געהאַט אַ גוטע פרנסה וואָך איז ער געווען זיכער, אַז קומענדיק אַ היים וועט ער טרעפען דעם רבי'נס אַ צדקה התעוררות בריעף אָדער דעם רבי'נס אַ משולח וואָס קלייבט אויף צרכי החזקת בני ארץ ישראל").
יב. די צווייטע הוראה — אויף וויפל מען מוז זיין זהיר ניט צו פאַרשאַפן קיין צער אַ צווייטן מענטשן: מה־דאָך אַז צוליב צער בע"ח (און ניט קיין צער ממש, נאָר בלויז אַן אומבאַקוועמלעכקייט וכיו"ב) איז מען משנה „מנהג עולם" און דער אויבערשטער הייסט מאַכן די יריעות פאַר (לפני) די קרשי המשכן —
עאכו"כ ווען עס רעדט זיך וועגן אַ457צער פון אַ בן אדם, ובפרט בנוגע אַ אידן, וואָס „אתם קרויים אדם"סא; ובפרט — בשעת מען זעט ווי אַ איד געפינט זיך אין אַ מעמד ומצב פון „ערום"סב מן המצות, ווי עס שטייט אין תדבא"רסג „אין לך ערום בישראל אלא מי שאין בו תורה ומצות" — קען מען טראַכטן: ער דאַרף טאַקע מקיים זיין דעם ציווי „וכסיתו"סב, „איהם אָנטאָן ציצית און תפילין"סד, אָבער אין דעם דאַרף זיין אַ סדר, פריער דאַרף ער אַליין דאַוונען, און „מבית הכנסת לבית המדרש"סה — לערנען תורה, און עסן פת שחריתסו, און דערנאָך „הנהג בהן מנהג דרך ארץ"סז, און נאָך דעם אַלעם — וועט ער מקיים זיין דעם „וכסיתו".
זאָגט אויף דעם תורה, אַז בשעת עס האַנדלט זיך וועגן אַ צער פון אַ צווייטן אידן — און ס'איז ניטאָ קיין גרעסערער צער ווי דאָס וואָס אַ איד איז אַ „ערום" מן המצות, ובפרט ווען מ'זעט אַז יענער ווייס גאָר ניט אַז ער איז אַן „ערום" — איז מען מהפך דעם סדר הרגיל, דעם „מנהג עולם" — און אפילו ווען דאָס איז אַ מנהג ניט בלויז פון „עולם" מל' העלם והסתרסח, נאָר אַזאַ וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז אַזוי זאָל מען זיך פירןסט אין ביתו של הקב"ה — אעפ"כ ווען עס קומט צו אַ מצב של צער פון אַ אידן, טוט מען ניט ווי ס'איז דער „מנהג עולם"ע, און די ערשטע זאַך דאַרף מען באַוואָרענען דעם „וכסיתו", אים אָנטאָן מיט מצות, און ערשט דערנאָך — כהמשך הכתוב לאחר זה — טוט ער דאָס וואָס עס איז אים נוגע („ומבשרך לא תתעלם"סב).
ועד"ז (און נאָך פאַר דעם) בנוגע ללימוד התורה, ווי עס שטייט אין התחלת הכתובסב „הלא פרוס לרעב לחמך" — „אין רעב אלא הרעב מן ד"ת ואין לחם אלא ד"ת"עא, אַז ער טוט דאָס פריער פאַר „ומבשרך לא תתעלם",
און דעמאָלט איז מען זוכה אַז אויך ביי אים ווערט „לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'"עב — פון משיח צדקנו, אין דעם ביהמ"ק הנצחי, וואָס וועט געבויט ווערן דורך דעם וואָס בזמן הגלות וועט יעדער איינער אויסנוצן די כשרונות וחושים וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן — אויף צו מאַכן פון וועלט אַ משכן ומקדש לו ית'.
(משיחות ש"פ ויקהל תשל"ו,
מוצאי ש"ק פ'ויקהל־פקודי תשל"ט)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר