נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
20שמות ג
א.פון פסוקא „ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא גו' ויך את המצרי גו'" איז רש"י מעתיק די ווערטער „ויגדל משה" און איז מפרש „והלא כבר כתיב ויגדל הילד אמר רבי יהודה ברבי אלעאיב הראשון לקומה והשני לגדולה, שמינהו פרעה על ביתו".
לערנענדיק בפשטות איז ביי רש"י קשה — די זעלבע קשיא ווי אין מדרשג — עס שטייט שוין פריער אין פסוק (ביי משה'ן) „ויגדל הילד" — פאַרוואָס זאָגט דאָ דער פסוק „ויגדל משה" אַ צווייטן מאָל? אויף דעם ענטפערט רש"י „אמר רבי יהודה כו' הראשון לקומה והשני לגדולה כו'".
דער פירוש איז אָבער, לכאורה, אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק:
דער פריערדיקער פסוק „ויגדל הילד וגו'" שטייט באַלד (ובהמשך) נאָך די ווערטער „ותקח האשה הילד ותניקהו", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, בפשטות, אַז דאָ רעדט זיך וועגן „ויגדל" בערך דעם זמן פון „ותניקהו" (ביז כ"ד חודשד), אַז דערנאָך איז „ויגדל הילדה (און דאַרף מער ניט אָנקומען צו יניקה און דערפאַר —) ותביאהו לבת פרעה".
אָבער „ויגדל משה" אין דעם פסוק רעדט וועגן אַ גידול וואָס בריינגט צו אַ מעגליכקייט פון „ויך את המצרי" — אַ פיל שפּעטערדיקן זמןו אפילו נאָכדעם ווי ער האָט זיך שוין געפונען אַ לענגערע צייט באַ בת פרעה — היינט וואָס איז דאָ שווער דער כפל פון „ויגדל"?
ב. אין דעם פירוש רש"י גופא דאַרף מען פאַרשטיין:
א) דער דרך פון רש"י בפירושו איז (ווי גערעדט פיל מאָל) ניט צו אויסטייטשן פריער די שוועריקייט אין פסוק און דערנאָך פאַרענטפערן, נאָר ער איז באַלד מבאר דעם פסוק און בדרך ממילא ווערט פאַרענטפערט די שאלה אין פסוק — טאָ פאַרוואָס דאַ הויבט רש"י אָן מיט דער שאלה „והלא כבר כתיב ויגדל הילד"?
ב) ווי פּאַסט דאָ דער לשון „(הראשון) לקומה"? פון דעם זמן ווען אַ קינד ווערט נגמל פון יניקה קומט אים צו אין דער התפתחות פון זיינע חיצוניות'דיקע אברים, עס קומט צו וואָג און מאָס, עס אַנטוויקלט זיך זיין חוש הדיבור, השכל וכיו"ב — וואָס איז דאָ די הדגשה — פון די אַלע זאַכן אַרויסבריינגען גידול „בקומה"ז?
21ג) פון וואַנעט איז דער הכרח, אין פשוטו של מקרא (פון דעם פסוקח) אַז די גדלות וחשיבות פון משה איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „מינהו פרעה על ביתו"? ובפרט אַז פון המשך הפסוק „ויצא אל אחיו" איז משמע אַז ס'איז געווען אַ גדלות בשייכות צו „אחיו", צו די אידן (און ווי דער מדרשט זאָגט)?
ד) וויבאַלד די תמי' פון רש"י'ן איז מצד דעם כפל פון „ויגדל"י — פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „(ויגדל) משה"יא?
ה) כמדובר כמה פעמים, ברענגט רש"י דעם נאָמען פון בעל המאמר כדי דערמיט פאַרענטפערן (אָדער מאַכן גלאַטער) אַ קשיא וואָס ווערט נתעורר באַ אַ תלמיד ממולח — דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס ווערט דאָ פאַרענטפערט דורך דער ידיעה אַז דאָס האָט געזאָגט „רבי יהודה ברבי אלעאי"?
ג. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז רש"י וויל דאָ באַוואָרענען, אַז דער „ויגדל" אין אונזער פסוק מיינט ניט דעם זעלבן סוג פון גידול — אין זמן, אַז עס איז עם צוגעקומען נאָך (אַ סך) יאָרן — ווייל עס איז שווער צו זאָגן אַז דער פסוק זאָל זאָגן „ויגדל" סתם און דערמיט מיינען אַ הוספה פון אַ געוויסן זמן (ניט אויסטייטשנדיק דערביייב וויפל זמן דאָס איזיג) — נאָר אַ גדלות אין חשיבות, „לגדולה כו'".
אָבער דאָס איז ניט מספיק, ווייל:
22א) פאַרוואָס זאָגט רש"י „והלא כבר כתיב ויגדל הילד" — בשעת ער קומט מפרש זיין (ניט דעם כפל פון „ויגדל" נאָר) דעם פשט פון „ויגדל (משה)" אין אונזער פסוק?
ג) אַז דער צווייטער „ויגדל" איז בנוגע חשיבות וגדלות („לגדולה") וואָלט מען געקענט פאַרשטיין אויך אָן פירוש רש"י, ע"ד ווי די צוויי מאָל „ויגדל" וואָס שטייען פריער באַ יצחק'ן — „ויגדל הילד ויגמל"יד, „ויגדל האיש וילך הלוך וגדל עד כי גדל מאד"טו — וואָס דער ערשטער „ויגדל" איז אין זמן — ביז אַז „ויגמל" און דער צווייטער „ויגדל" איז אין מובן פון גדלות בנכסים (וכיו"ב), ווי דער המשך הכתוב „ויהי לו מקנה צאן ומקנה בקר ועבודה רבה"טז — „שהיו אומרים זבל פרדותיו של יצחק ולא כספו וזהבו של אבימלך"יז.
און אַזוי איז דאָך אויך בעניננו, באַ משה'ן, כנ"ל.
ד. דער ביאור בכל זה:
דער פסוק זאָגט „ויהי בימים ההםיח ויגדל משה", וואָס וויבאַלד דאָס שטייט באַלד נאָכן פסוק „ויגדל הילד גו'", מיינט עס אַז דער „ויגדל משה" איז געווען „בימים ההם" פון פריעריט — נאָענט צום זמן פון „ויגדל הילד ותביאהו לבת פרעה ויהי לה לבן".
קען מען דעריבערכ לכאורה ניט לערנען אַז דער פירוש פון „ויגדל משה" איז גדולה בחשיבות, ווייל ס'האָט קיין אָרט ניט צו זאָגן אַז אין די „ימים ההם" פון „ויגדל הילד" (נאָך די טעג פון סיום זמן היניקה) איז „ויגדל משה" — לגדולהכא!
דעריבער איז רש"י מפרש „הראשון לקומה והשני לגדולה", דער (עיקר) חידוש אין דעם איז ניט בנוגע דעם „ויגדל" פון אונזער פסוק („והשני לגדולה"), נאָר אַז דער „ויגדל" פון פריערדיקן פסוק מיינט „לקומה": „ויגדל הילד" מיינט ניט דעם גידול וואָס נאָכן זמן היניקה, ווי עס זעט אויס בהשקפה ראשונה, נאָר „לקומה" — ווען אַ קינד וואַקסט אויס און ווערט אַ גדול „בקומה" כפשוטו, וואָס דאָס איז מיט אַ משך יאָרן נאָך דעם זמן פון „ויגמל".
ח. און כדי עס זאָל זיך אָפּלייגן נאָך בעסער דער ענין, אַז צוליב נשיאות חן גיט מען אַ מינוי צו איינעם וואָס איז לכאורה ניט ראוי דערצולו [ובפרט אַז די25דוגמא הנ"ל פון יוסף'ן איז ניט דומה לנדו"ד: יוסף איז עכ"פ אַלט געווען זיבעצןאַכצן יאָר, משא"כ משה וואָס איז בפשטות געווען ניט מער ווי אַ בן י"א או י"ב, כנ"ל] — איז רש"י מעתיק אַז דער בעל המאמר איז „רבי יהודה ברבי אלעאי"לז:
וועגן רבי יהודהלח ווערט דערציילט אין גמראלט, אַז ער איז געווען אַ גרויסער עני, ביז אַז ער און זיין פרוי האָבן געהאַט נאָר איין בגד (און בשעת ר' שמעון בן גמליאל האָט גוזר תענית געווען האָט רבי יהודה מהאי טעמא ניט געקענט קומען — ניט האָבענדיק קיין בגד אָנצוטאָן אויף זיך).
פונדעסטוועגן געפינט מעןמ, אַז דער קיסר האָט אים דערהויבן צו זיין דער „ראש המדברים בכל מקום", ביז אַז „מוריינא דבי נשיאה הוה"מא — „מינהו קיסר ראש על בית נשיא"מב.
וואָרום הגם אַז רבי יהודה איז, מצד זיין אויסערליכןמג חיצוניות'דיקן מצב ותנאי חייו, געווען אין אַ ציור וואָס איז ניט מתאים פאַר אַ מינוי פון אַ ראש אין די אויגן פון מלכות, וכנ"ל אַז ער איז געווען אַ גרויסער אָרימאַן אפילו אין פאַרגלייך מיט אַנדערע עניים — אָבער מצד דער מעלה ונשיאת חן בעיני המלכות*43 האָט דוקא אים דער קיסר געמאַכט אַלס ראש המדברים און „מינהו קיסר ראש על בית נשיא".
עד"ז איז מובן בעניננו: אע"פ אַז משה26איז נאָך געווען יונג (אַ „נער"מד), איז אָבער מצד זיין מעלה, זייענדיק אַזוי חביב באַ בת פרעה, וואָס האָט אים אַרויסגענומען מן המים און „ויהי לה לבן", האָט ער זיך קונה געווען חשיבות בבית פרעה, ביז אַז „מינהו פרעה על ביתו".
ט. פון יינה של תורה אין דעם פרש"י:
אַלע ענינים וואָס מען געפינט (ביי משה רבינו) בגשמיות קומען און ווערן נשתלשל פון די זעלבע ענינים ווי זיי זיינען ברוחניות, ובמיוחד ביי משה רבינו, וואָס איז געווען למטה פּונקט ווי ער איז געווען למעלהמה — אַ נשמך דאצילות.
וואָס אַזוי איז אויך מובן בעניננו, אַז אין די צוויי עניני גדולה, „הראשון לקומה והשני לגדולה שמינהו פרעה על ביתו", זאָגן זיך אַרויס די צוויי ענינים אין מדריגת משה ברוחניות.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס אויפן פסוקמו (בנוגע לידת משה) „ותהר האשה ותלד בן ותרא אותו כי טוב הוא" ווערט געבראַכט אין זהרמז אַ מחלוקת צווישן רבי חייא און רבי יוסי. רבי חייא זאָגט „דאתייליד מהול"מח, און „רבי יוסי אומר נהירו דשכינתא דנהיר בי' חמאת דבשעתא דאתיליד אתמליא כל ביתא נהוראמט כו' ועל דא כי טוב הוא כתיב וכלא הוה". איז מבואר אין אור החמה, אַז די מחלוקת פון רבי חייא און רבי יוסי איז ניט אין מציאות — ביידע האַלטן אַז ביי משה'ן זיינען געווען ביידע ענינים, נולד מהול און נהירו דשכינתא; די מחלוקת איז נאָר — וואָס האָט יוכבד געזען (מדגיש געווען).
פאַרוואָס האַלט רבי חייא אַז „דאתייליד מהול", און רבי יוסי אַז „נהירו דשכינתא דנהיר בי' חמאת"? — איז דער טאַטע מבאר אין זיינע הערות אויף זהרנ, אַז יעדער איינער איז דורש לפי מדריגתו:
רבי חייא, וואָס ער איז בחי' יסוד, „דורש שנולד מהול שקאי על רזא דברית יסוד", און רבי יוסי, בחי' מלכות, „דורש שנהירו דשכינתא נהיר בי'" שכינתא — בחי' מלכות.
[און דער סיום הענין אין זהר — „ועל דאָ כי טוב הוא כתיב וכלא הוה" — איז ניט פון דברי רבי יוסינא, נאָר דער סתמא פון זהר פירט אויס אַז ס'זיינען געווען ביי אים ביידע ענינים (כנ"ל), וכדלקמן].
יו"ד. די הסברה אין אותיות פשוטות איז: בנוגע די מעלות ומדריגות פון משה געפינט מען צוויי ענינים: זיין מעלה ושלימות בנוגע לעצמו, ער איז געווען דער „נבחר מכל מין האדם"נב, העכער אינגאַנצן פאַר וועלט, און כל כולו דבוק ומיוחד מיט אלקותנג. ב) זיין שלימות אַלס „רועה", וואָס ער האָט ממשיך און משפיע געווען אַלע ענינים27גשמיים ורוחניים צו אידן, און דורך זיי לכל העולם כולו. [וואָס דאָס איז פאַרבונדן, בכלל, מיט אַ תנועה פון ירידה פון זיין מעמד ומצב נעלה וואָס איז העכער פון וועלט].
און די ביידע סוגי מעלות זיינען ביי אים געווען בגילוי תיכף משנולד (און ווי דער מדרשנד זאָגט אויפן פסוק „ומשה הי' רועה" — „הי' מתוקן לכך"), וואָס דאָס זיינען די צוויי ענינים הנ"ל:
נולד מהול ווייזט אויף זיין אייגענער מעלה ושלימות, ובאופן פון העכער פון וועלטנה, וואָס דאָס איז דער ענין פון נולד מהול (ניט כסדר טבע העולם), אַז ביי אים לייכט בגלוי דער נפש האלקיתנו ווי ער איז אָן דער ערלה און דעם העלם פון יצר הרענז; און דאָס וואָס „נהירו דשכינתא דנהיר בי', כו' אתמליא כל ביתא", איז די מעלה ושלימות פון זיין השפעה והארה צו אידן (און וועלט).
און דעריבער: מצד בחי' יסוד וואָס איז באצילותנח, העכער פאַר נבראים, איז עס אויך למטה בעבודת ה' אין אַן אופן אַז דער עיקר המעלה איז דביקות והתקשרות באלקות (שלימות עצמו), דאָס וואָס מ'איז אויסגעטאָן און העכער פון וועלט — דעריבער זאָגט רבי חייא, בחי' יסוד, אַז די מעלה פון משה'ן וואָס די תורה ברענגט אַרויס, איז דאָס וואָס „דאתייליד מהול" — משה'ס מעלה ושלימות לעצמו.
מצד בחי' מלכות אָבערנט, וואָס איז מהוה נבראים ומשפיע אין עולמות בי"ע, קומט אַזוי אויך בעבודת ה', אַז דער עיקר מעלה ושלימות איז אין השפעה וירידה צו אַ זולת;
און דעריבער זאָגט רבי יוסי, בחי' מלכות, אַז די מעלה פון משה'ן האָט זיך אָנגעזען אין דעם וואָס „נהירו דשכינתא דנהיר בי' כו' אתמליא כל ביתא" „נתמלא הבית כולו אור"ס.
ואדרבה: כשם ווי דער ענין איז למעלה, אַז דער כח האין סוף, שמציאותו מעצמותו, זאָגט זיך אַרויס דוקא אין ספירת המלכות — אין דער התהוות פון יש ודבר נפרד, פון עולמות בי"ע און ניט אין די ספירות שלמעלה ממנהסא — עד"ז איז אויך למטה, אַז די אמת'ע מעלה ופשיטות זאָגט זיך אויס דוקא אין דער השפעה און המשכה צו אַ זולתסב, וואָס בגילוי איז דאָס פאַרבונדן מיט אַ ירידה והשפלה אין זיין מדריגה.
יא. און דאָס איז רש"י מרמז „אמר רבי יהודה ברבי אלעאי הראשון לקומה והשני לגדולה שמינהו פרעה על ביתו" — מצד מדריגת רבי יהודה ברבי אלעאי דערהערט זיך די מעלה אין ביידע ענינים; סיי אין דעם גילוי פון שלימות עצמו — „לקומה"סג, סיי אין דעם ענין28ההשפעה על הזולת — „לגדולה שמינהו פרעה על ביתו"סד.
דער ביאור אין דעם בפנימיות הענינים:
דער חילוק צווישן רבי יהודה (ברבי אילעאי) און רבי יוסיסה איז — ביידע איז ענינם ומדריגתם ספירת המלכות: (רבי) יוסי איז בגימטריא אלקיםסו, וואָס שם אלקים גייט אויף מלכות, און (רבי) יהודה איז מלשון הודאה וביטול וואָס דאָס איז ענינה פון ספירת המלכותסז.
איז אָבער דאָ אַ חילוק צווישן זיי: רבי יוסי איז ווי ספירת המלכות איז יורדת אין בי"ע, און רבי יהודה איז ווי ספירת המלכות איז נאָך אין אצילות. [וואָס דער חילוק איז אויך מרומז אין זייערע נעמען: רבי יוסי איז בגימטריא אלקים, דאָס הייסט: (א) ס'איז נאָר שם אלקים, און ניט שם הוי'. (ב) און אין דעם גופא — ניט ווי „אלקים" שטייט בגילוי, נאָר ווי עס שטייט אין אַ „גימטריא" (בהעלם והסתר)סח. משא"כ יהודה, וואָס אין דעם וואָרט שטייען די אותיות פון שם הוי' און בגילויסט].
און דערפון קומט אויך דער חילוק בעניננו: מצד רבי יוסי — ווי מלכות קומט אַראָפּ אין בי"ע — הערט זיך אָן די מעלה אין השפעה ומלוכה על עם;
משא"כ רבי יהודה ברבי אלעאי — שם הוי' בגלוי* , ווי מלכות שטייט אין אצילות — מצד די דרגא הערן זיך אָן ביידע ענינים ומעלות: פון איין זייט איז מלכות פאַרבונדן און מיוחד מיט די ספירות שלמעלה ממנהע, לאידך איז זי אַ שרש ומקור אויף התהוות העולמות, אַראָפּקומען אויך אין נבראים נפרדים.
[בסגנון אחר: ס'איז דאָ דער ביטול אין ספירת המלכות, ועד"ז במלך למטה וואָס ער דאַרף זיין בתכלית הביטול, „כיון שכרע שוב אינו זוקף"עא, און לאידך — די התנשאות פון מלך אויפן עם].
און דעריבער בריינגט אַרויס רבי יהודה ברבי אלעאי ביידע מעלות: סיי די שלימות עצמו, דער יחוד און דביקות מיט אלקות, העכער פון האָבן צו טאָן מיט'ן זולת, „הראשון לקומה"; און אויך די שלימות אין השפעה והתנשאות אויף אַ זולת, „השני לגדולה שמינהו פרעה על ביתו".
(משיחת ש"פ שמות תשל"ז)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר