נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
231יתרו ח
א.אויפן פסוקא „זכור את יום השבת לקדשו" שטייט אין מכילתאב: זכור ושמור שניהם נאמרו בדיבור אחד, מחללי' מות יומתג וביום השבת שני כבשיםד שניהם נאמרו בדיבור אחד, ערות אשת אחיךה יבמה יבוא עלי'ו שניהם נאמרו בדיבור אחדז, לא תלבש שעטנז וגדילים תעשה לךח שניהם נאמרו בדיבור אחד, מה שאי אפשר לאדם לומר כן שנאמר וכו'.
ווייטער איז ער ממשיך אין מכילתא „זכור ושמור זכור מלפניו ושמור מלאחריו מכאן אמרו מוסיפין מחול על הקודש משל לזאב שהוא טורף*8 מלפניו ומלאחריו".
דאַרף מען פאַרשטיין: ס'איז ידוע אַז אַלע פּירושים אויפן זעלבן וואָרט אָדער ענין האָבן צווישן זיך אַ שייכות; ובפרט בנדו"ד, וואָס די צוויי דרשות קומען בהמשך אחד —
וואָס איז די שייכות פון דעם ערשטן מאמר המכילתא (וועגן די אַלע ענינים וואָס „נאמרו בדיבור אחד") מיט דעם מאמר „זכור מלפניו ושמור מלאחריו מכאן אמרו מוסיפין מחול על הקודש כו'"?
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דרשת המכילתא „זכור מלפניו ושמור מלאחריו כו'": פון דעם וואָס די מכילתא לערנט אַרויס דעם דין „מוסיפין מחול על הקודש" פון פסוק „זכור את יום השבת גו'" איז משמע, אַז דאָס איז אַ דין (בעיקר) באַ שבת — דאַרף מען פאַרשטיין: דער דין „מוסיפין מחול על הקודש" איז דאָך גלייך אַזוי אויך ביי יום הכפורים און יו"ט, ובלשון הברייתא בגמראט „כל מקום שנאמר שבות מוסיפין מחול על הקודש"י.
מ'קען ניט זאָגן אַז דער לימוד איז נאָר אַן אסמכתא בעלמא פון פסוקיא,232וואָרום די דרשא אין מכילתא ווערט געבראַכט צווישן אַנדערע דרשות וועלכע זיינען ניט קיין אסמכתא, נאָר פון וועלכע מ'לערנט אָפּ דינים מן התורה —
[פון דעם וואָס „זכור ושמור שניהם נאמרו בדיבור אחד" לערנט מען אָפּ*11 אַז נשים חייבות בקידוש היום דבר תורה (ווייל כל שישנו בשמירה ישנו בזכירה); פון דעם וואָס מחללי' מות יומת וביום השבת שני כבשים, ערות אשת אחיך יבמה יבוא עלי', לא תלבש שעטנז וגדילים תעשה לך — בדיבור אחד נאמרו, לערנט מען אָפּ: הקרבת תמיד בשבת, יבום, און כלאים בציציתיב; און די דרשה שלאח"ז (אין מכילתא) — „תהא זוכרו באחד בשבת שאם יתמנה לך מנה יפה תהא מתקנו לשם שבת" (— כדעת שמאייג), און נאָכדעם די דרשה פון ר' יצחק אַז „לא תהא מונה כדרך שאחרים מונין אלא תהא מונה לשם שבת" — וואָס דער דין, אַז זכירת שבת דאַרף זיין (ניט נאָר ביום השבת, נאָר) אויך אַ גאַנצע וואָך, איז (לדעת הרמב"ן) אַ מ"ע מה"תיד]
איז אַ דוחק גדול צו זאָגן, אַז די דרשה „זכור מלפניו ושמור מלאחריו כו'" (וואָס קומט אַריין צווישן די דרשות הנ"ל) זאָל זיין אַן אסמכתא בעלמא.
ג. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז אין דעם איז טאַקע אַ מחלוקת צווישן דער מכילתא און דער ברייתא, און די מכילתא האַלט ניטטו אַז „כל מקום שנאמר שבות מוסיפין מחול על הקודש".
וויבאַלד אָבער אַז ס'איז אַ כלל אַז לאפושי פלוגתא לא מפשינןטז איז ניט מסתבר מחדש זיין אַז די מכילתא איז מחולק מיט דער ברייתא בנוגע הדין — צי דער דין פון תוספת איז נאָר ביי שבת אָדער אויך ביי יו"ט ויוהכ"פיז — נאָר דער חילוק צווישן זיי איז נאָר משמעות דורשין: לויט דער ברייתא לערנט מען אָפּ דין תוספת ביי שבת פון זעלבן פסוק ווי יוהכ"פ ויו"ט; משא"כ לויט דער מכילתא איז אין תוספת שבת פאַראַן אַן אויפטו וואָס איז ניטאָ ביי יוהכ"פ ויו"טיח, און דעם חידוש לערנט מען אָפּ233פון פסוק „זכור את יום השבת לקדשו". [משא"כ די ברייתא האַלט ניט אַז ביי שבת איז דאָ אַ חידוש מיוחדיט, און דאָס איז פאַרבונדן דערמיט וואָס מען לערנט אָפּ דעם דין ביי שבת פון יוהכ"פ].
ויש לומר, אַז אָט דעם חידוש אין תוספת שבת איז די מכילתא מרמז מיטן „משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו" — דלכאורה איז ניט מובן (און ווי מפרשים פרעגן*19)): וואָס גיט צו דער משל אין דער הבנה פון דעם ענין אַז „מוסיפין מחול על הקודש"כ? — וכדלקמן.
ד. די הסברה בזה: דער דין „מוסיפין מחול על הקודש" קען מען לערנען אויף דריי אופניםכא:
א) ס'איז דאָ אַ מצוה אויף דעם אדם אַז ער דאַרף אויף זיך מקבל זיין אַ תוספת לשבת, ניט צו טאָן דאַן קיין מלאכה; אויב אָבער ער האָט עובר געווען אויף דעם ציווי און האָט ניט מקבל געווען אויף זיך אַ תוספת, מעג ער טאָן מלאכה ביז צום אָנהויב פון זמן השבת (בין השמשות).
ב) אפילו ווען דער מענטש איז ניט מקבל אויף זיך תוספת שבת, איז אויף אים חל דער איסור פון מלאכת שבת (אין זמן התוספת) בעל כרחו; ד.ה. תורה האָט גע'אסר'ט צו טאָן מלאכה אַ זמן (מסוייםכב) פאַר שבתכג.
— און דער צד השווה אין די צוויי אופנים איז וואָס ביידע זיינען חיוב גברא, נאָר אין דעם גופא קענען זיין צוויי אופנים: א) דער איסור אויפן גברא איז מצד זיין קבלה, ב) ס'איז חל אויף אים דער איסור אפילו ווען ער איז ניט מקבל.
אַ דריטער אופן:
ג) די הוספה מחול על הקודש קומט פון שבת אַליין, ובסגנון הידוע: די „חפצא" פון שבת איז מוסיף מלפניו ומלאחריו; די קדושת שבת ווערט נתפשט מלפניו ומלאחריו ובמילא איז דער אדם דעמאָלט אסור בעשיית מלאכהכד.
234ה. און דאָס איז דער חידוש פון מכילתא:
דער דין פון „מוסיפין מחול על הקודש" לשיטת הברייתא (הש"ס), איז נאָר אַ ציווי אויפן אדם — „כ"מ שנאמר שבות מוסיפין מחול על הקודש", ס'איז אַ דין אין שביתת האדם: ער דאַרף שובת זיין פון מלאכה אויך אין דעם חול הסמוך לקודש;
לויט דער מכילתא, איז ביי שבת דאָ אַ טיפערער ענין אין דעם תוספת, אַז שבת גופא איז מוסיף מלפניו ומלאחריו; און דאָס איז מוסבר אין דעם משל וואָס ווערט געבראַכט אין מכילתא „משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו": פּונקט ווי אַ זאב, וואָס ער איז טורף מלפניו ומלאחריו, אַזוי איז אויך די הוספה מחול על הקודש אין אַן אופן אַז דער שבת גופא איז „טורף"*24 מלפניו ומלאחריוכה.
[וי"ל אַז אויך דאָס איז מודגש אין דרשת המכילתא, וואָס לערנט אַרויס דעם דין פון „זכור" ו"שמור" — אַ מ"עכו ומל"ת מדאורייתא אין שבת גופא. משא"כ לויט דער גמרא, וואָס מ'לערנט זיי אַלע אָפּ פון יוהכ"פ, איז דער לימוד (אַז מתחיל ומתענה מבעוד יום כו') פון „ועניתם את נפשותיכם בתשעה", וואו ס'איז מודגש אַז דאָס איז ניט דער זמן פון עיצומו של יוםכז].
דער טעם פאַרוואָס דער דין איז (לדעת המכילתא) דוקא ביי שבת און ניט ביי (יוהכ"פ ו)יו"ט, איז ווייל דאָס איז בהתאם צום כללות'דיקן חילוק צווישן קדושת שבת וקדושת (יוהכ"פ ו)יו"ט: שבת איז מיקדשא וקיימאכח — ס'איז אַ קדושה בעצם דורך דער „חפצא" פון שבת, און דערפאַר איז אויך תוספת שבת אַן ענין וואָס קומט פון דער חפצא (איז ניט תלוי אין „גברא"); משא"כ (יוהכ"פ ו)יו"ט איז „ישראל235דקדשינהו לזמני"כט, ובמילא איז אויך תוספת (יוהכ"פ ו)יו"ט ניט קיין ענין וואָס ווערט פון זיך אַליין, מצד „חפצא" פון (יוהכ"פ ו)יו"ט, נאָר דאָס איז אַ דין וואָס איז פאַרבונדן מיט „גברא".
ו. דער חילוק אין דעם לימוד הנ"ל צווישן דער מכילתא און דער גמרא איז נוגע להלכה — און פון די נפק"מ צווישן זיי למעשה:
לויט דער גמרא איז דער חיוב צו מוסיף זיין מחול על הקודש דער זעלבער ב"כל מקום שנאמר שבות" — ס'איז איין ציווי על האדם, אַז „בכל מקום שנאמר שבות" זאָל ער מוסיף זיין אין דער שביתה מחול על הקודש [וואָס דערפאַר ווערט דער דין מוסיפין מחול על הקודש ביי יוהכ"פ און שבת און יו"ט אָפּגעלערנט פון איין פסוק, היות אַז דאָס איז דער זעלבער ציווי]ל.
משא"כ לויט דער מכילתא איז דער דין תוספת ביי שבת אַן ענין אין שבת, משא"כ תוספות (יוהכ"פ ו)יו"ט איז באופן אחר.
דערפון קומט אַרויס אַ נפקא מינה להלכהלא: לויט שיטת הש"ס איז תוספת שבת נאָר אַ מ"ע. דאָס הייסט, אויב דער מענטש טוט אַ מלאכה אין זמן התוספת (צי נאָך זיין קבלת תוספת שבת, אָדער אויך אָן דער קבלה — לויט די צוויי סברות הנ"ל) איז ער נאָר עובר אויף אַן עשהלב — די מצוה פון „תשבתו", „שבתכם" — „כ"מ שנאמר שבות מוסיפין כו'";
משא"כ לויט דער מכילתא, אַז שבת גופא ווערט נתפשט מלפניו ומלאחריו, קומט אויס אַז דער איסור מלאכה אין זמן התוספת איז פאַרבונדן אויך מיטן לאו „לא תעשה כל מלאכה" וואָס איז דאָ*32 מצד קדושת שבתלג.
236ז. ע"פ הנ"ל, אַז לא מפשינן פלוגתא, וואָלט מען לכאורה געדאַרפט זאָגן, אַז אויך די גמרא האַלט ווי די מכילתא אַז שבת עצמו איז טורף מלפניו ומלאחריו; די גמרא איז נאָר מוסיף נאָך אַ לימוד אַז בשבת איז אויך דאָ אַ מצוה וחיוב אויפן מענטשן מקבל זיין די הוספה מחול על הקודש.
און כאָטש אַז דאָס איז אַ דוחק, וואָרום וויבאַלד דאָס איז אַ דין אין שבת עצמה, אַז שבת גופא איז „טורף" — וואָס איז דאָ מוסיף דער גברא*33? אעפ"כ וואָלט מען געקענט מסביר זיין אַז ס'איז ע"ד ווי מען געפינט בשבת גופא, וואָס איז מיקדשא וקיימא, און אעפ"כ איז דאָ אַ מצוה „זכור את יום השבת לקדשו" — עד"ז איז בנדו"ד: הגם אַז תוספת שבת איז אַ זמן קדוש מעצמו, פונדעסטוועגן איז אויך דאָ אַ חיוב אויפן אדם צו מקדש זיין דעם זמןלד —
מ'קען אָבער אַזוי ניט איינלערנען, וואָרום די גמרא איז מדגיש כנ"ל „כ"מ שנאמר שבות", וואָס פון דעם איז משמע:
א) אַז די הוספה מחול על הקודש באַשטייט אין שביתה ממלאכה און ניט אין דעם „לקדשו" פונעם תוספת;
ב) אַז דאָס איז אַן ענין וואָס איז גלייך ב"כל מקום", בשבת ביוהכ"פ וביו"ט — און ניט ווי ע"פ הנ"ל, אַז דער דין תוספת מחול על הקודש איז באַ שבת אַנדערש ווי ביי יוהכ"פ ויו"ט (שבת איז די מצוה נאָר צו מקדש זיין די הוספה, און באַ יו"ט איז דער גאַנצער ענין בלויז חובת גברא);
ג) ועיקר: פון דעם וואָס פוסקים (כולל שו"ע)לה פסק'נען ווי די ברייתא הנ"ל „מ"ע מן התורה להוסיף מחול על הקודש" — און עס שטייט ניט אַז ס'איז דאָ אַן איסור ולאו אין טאָן מלאכה אין זמן פון תוספת שבת מצד דעם וואָס דאָס איז קדוש מצ"ע — פון דעם איז מוכח אַז די גמרא האַלט ניט ווי די מכילתא און דער דין תוספת איז (ווי די פשטות הלשון בגמרא „שבתות מניין") נאָרלו אַ גדר ודין אין גבראלז.
ח. לויט דער הסברה הנ"ל אין מכילתא וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון דער דרשה אין מכילתא צו די דרשות שלפנ"ז — „מחללי' מות יומת וביום השבת שני כבשים שניהם בדיבור אחד נאמרו, ערות אשת אחיך יבמה יבוא עלי' שניהם נאמרו בדיבור אחד, לא תלבש שעטנז וגדילים תעשה237לך שניהם נאמרו בדיבור אחד מה שאי אפשר לאדם לומר כן וכו'":
אין פירוש המכילתא (בנוגע די ענינים וואָס „בדיבור אחד נאמרו") זאָגן מפרשיםלח, אַז דער אויפטו איז, אַז ווען ס'איז דאָ די עשה איז איבערהויפּט ניטאָ דער לאו. לדוגמא: ווען מ'איז מקריב די שני כבשים ביום השבת איז מלכתחילה ניטאָ קיין חילול שבת, ס'איז ווי אַ תנאי אין דעם לאולט, אַז ער איז ניט חל אין פאַל ווען ס'איז דאָ די עשה.
אין אַנדערע ווערטער: דאָס וואָס מ'איז מקריב די כבשים ביום השבת, איז ניט נאָר אַ קיום העשה דקרבנות מוספים (ותמידים*39) דשבת — די עשה איז דוחה דעם לאו**39 (אָדער אין אַן אופן פון „הותרה") — נאָר דאָס איז (אויך) פאַרבונדן מיטן לאומ: בנוגע הקרבת הכבשים במקדש איז דער לאו מלכתחילה ניט געזאָגט געוואָרן [און דערפאַר זיינען די צוויי פסוקים געזאָגט געוואָרן בדיבור אחד — די עשה איז אַ תנאי אין דעם לאו]מא.
ובהמשך לזה ברענגט די מכילתא*41 די דרשה „זכור מלפניו ושמור מלאחריו מכאן שמוסיפין כו' משל לזאב כו'" — דער דין פון תוספת שבת איז ניט (נאָר) אַ דין אין „גברא", נאָר אין שבת גופא, אַז איר קדושה איז זיך מתפשט „מלפניו ומלאחריו"מב.
238ט. בעומק יותר: מיט ברענגען די דרשה פון „זכור מלפניו ושמור מלאחריו וכו'" בהמשך צו דער דרשה הנ"ל („שניהם בדיבור אחד נאמרו") איז די מכילתא מלמד נאָך אַן ענין אין דעם וואָס „הזאב טורף כו'", ובהקדים:
לכאורה איז דער פירוש הנ"ל, בנוגע די ענינים וואָס בדיבור אחד נאמרו, נאָך ניט קיין ביאור מספיק: כדי צו לאָזן וויסן דעם לימוד הנ"ל, אַז די עשה איז ווי אַ תנאי אין דער ל"ת, וואָלט געווען גענוג ווען מען זאָגט זיי בסמיכות איינער צום צווייטןמג ווי ביי יעדער תנאי; פאַרוואָס מוזן די צוויי ציווים געזאָגט ווערן דווקא „בדיבור אחד"מד, אין אַן אופן „מה שאי אפשר לאדם לומר כן"?
פון דעם (וואָס זיי זיינען געזאָגט געוואָרן „בדיבור אחד") איז מוכח, אַז ניט נאָר איז די עשה אַ תנאי אין דעם לאו (אַז במקום העשה איז דער לאו לכתחילה ניט געזאָגט געוואָרן), נאָר נאָך מער: דער לאו און די עשה זיינען איין תוכןמה. אַזוי ווי קדושת שבת איז איין ענין, וואָס דריקט זיך אויס אין כמה פרטים (כולל אויך די שלילה פון „מחללי'": ניט מחלל זיין שבת איז מקדש), אַזוי אויך איז דורך הקרבת הכבשים איז מען מקיים (שלילת) מחללי' כו'*45; ווען מ'איז ניט מקריב די קרבנות בשבת, פעלט ניט נאָר דער קיום המ"ע דהקרבת מוספים (ותמידיםמו) בשבת, נאָר ס'איז אַ גדר פון „מחללי'" — חילול שבת (און פון דעם איז מובן באַ די אַנדערע ענינים)מז.
יו"ד. ועפ"ז יש לומר, אַז מיט דער סמיכות הדרשות מיינט די מכילתא צו מלמד זיין אַז עד"ז איז בנוגע דעם ענין וואָס שבת איז „טורף מלפניו ומלאחריו": ס'איז ניט דער פשט אַז אין שבת זיינען דאָ צוויי באַזונדערע דינים — די קדושת שבת פון דעם טאָג גופא, און דער טורף, התפשטות הקדושה מלפניו ומלאחריו — נאָר זיי זיינען איין און די זעלבע קדושת שבת, דער גדר פון קדושת שבת באַשטייט פון די239קדושה פון מעל"ע (כ"ד שעות) פון יום השבת צוזאַמען מיט קדושה שלפניו ולאחריו.
[וי"ל די נפק"מ פון די צוויי אופנים: א) צי קען מען יוצא זיין קיום מצות דשבת — בתוספתו (קידוש היום וכו')מח. ב) אויב מ'זאָל אָננעמען אַז שבת איז איין נקודה*48 — מסתבר אַז עס דאַרף לויטן ערשטן אופן אויסקומען, אַז דאָס איז נאָר בנוגע דעם עצם מעת־לעת פון שבת, אָבער ניט תוספת שבת (וואָס האָט אויף זיך אַ באַזונדער גדר); לויטן צווייטן אופן, אַז תוספת שבת איז אַ גדר און חלק פון קדושת שבת (זי האָט אין זיך די זעלבע קדושה פון שבת גופא) — איז אויך תוספת שבת נכלל אין דער נקודה אחת פון דער מעת־לעת פון שבתמט].
און אויך דער ענין איז מרומז אין משל פון זאב שטורף מלפניו ומלאחריו: דער אויפטו אין דעם איז ניט נאָר וואָס דער זאב איז דער וואָס איז טורף מלפניו ומלאחריו (און ניט וואָס אַנדערע גיבן אים) — ובעניננו (ביי שבת): אַז די הוספה ווערט אויפגעטאָן דורך *) שבת גופא — נאָר אַז אכילת הזאב איז באופן פון „טורף ואוכל"נ, ובמילא איז ער אויך „טורף ואוכל — מלפניו ומלאחריו"; ועד"ז ביי שבת: גדר הקדושה פון שבת איז אויך בהתוספת „מלפניו ומלאחריו", וכנ"ל.
יא. דער צ"צנא פאַרבינדט דעם „משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו" (פון דער מכילתא הנ"ל) בנוגע תוספת שבת, מיטן פסוקנב „בנימין זאב יטרף", וואָס די גמראנג זאָגט אַז דאָס איז מרמז אויפן מזבח (וואָס איז בחלקו של טורף), און דער מזבח ווערט אָנגערופן „זאב"נד — ווי דער מדרשנה זאָגט „מה הזאב הזה חוטף כך הי' המזבח חוטף את הקרבנות".
אַלע ענינים שפּיגלען זיך אָפּ אויך אין נגלה. וע"פ הנ"ל יש לומר אַז דער אויפטו אין תוספת שבת, וואָס די מכילתא איז מרמז מיט דעם משל לזאב שטורף מלפניו ומלאחריו, איז אויך דאָ עד"ז באַ מזבח:
כשם ווי שבת איז טורף מלפניו ומלאחריו — פון זמן פון חול, וואָס מצ"ע איז ער ניט קדוש; עד"ז איז עס בנוגע צו דעם וואָס דער מזבח איז „חוטף את הקרבנות", אַז אויך אַ קרבן פסול —240„אם עלה לא ירד"נו.
ויש לומר, אַז ע"ד ווי בנוגע צו שבת, איז מיט דעם צוגלייכן צו „זאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו" טוט אויף די מכילתא, אַז דאָס איז אַ גדר ודין אין שבת גופא (וכנ"ל בארוכה) — אַזוי אויך איז דער דמיון פון „מזבח חוטף" צו „זאב הזה חוטף" מדגיש, אַז „אם עלה לא ירד" איז אַ דין אין מזבח גופא; און ווי די גמראנז לערנט אָפּ פון פסוקנח „(היא העולה על מוקדה) על המזבח" — „מקדש המזבח", „ללמדך דטעמא שלא ירד משום קדושת מזבח הוא"נט, און ווי דער לשון פון רש"יס „המזבח מקדש, אפילו דבר פסול שעלה למזבח קדשו המזבח ליעשות לחמוסא ואין מורידין אותו".
דאָס הייסט: „אם עלה לא ירד" איז ניט אַ דין וחיוב אין מעשה ההקטרה, אַז וויבאַלד מ'האָט עס מעלה געווען (אויפן מזבח), ווערט אַ חיוב פון „לא ירד"; אָדער נאָכמער — מ'מוז דאָס מקטיר זיין אויפן מזבח,
און ניט נאָר אַז דער מזבח איז מקדש בלויז אין דעם פרט פון שלילה, אַז מ'זאָל עס ניט טאָרן אַראָפּנעמעןסב,
יב. דאָס איז אָבער ניט מספיק, וואָרום: א) סו"ס איז דער דין הנ"ל דוקא „אם עלה (לא ירד)", ס'איז אָבער ניט בדומה ממש צו דעם וואָס מ'האָט גערעדט פריער, אַז דאָס ווערט מעצמו; ב) מ'זעט דאָ ניט דעם ענין פון טורף מלפניו ומלאחריו; ג) ועיקר: דער ענין אַז אפילו אַ דבר פסול ווערט קדוש אם עלה למזבח איז ניט נאָר ביי דעם מזבח החיצון וואָס איז געגליכן צו „זאב — טורף", נאָר אויך ביי דעם מזבח הפנימי (און אַלע כלי שרת)סג, ואדרבה — דאָרטן איז נאָכמער „מזבח הפנימי מקדש פסולים בין ראויין לו בין שאינן ראויין לו, אבל מזבח החיצון אינו מקדש אלא פסולין הראויין לו".
יג. ויש לומר, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס שטייט אין פסוק גופא באַ בנימין — „בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל", וואָס אויף דעם זאָגט דער מדרש (בהמשך להנ"ל „מה הזאב הזה חוטף כך הי' המזבח חוטף את הקרבנות") „בבקר יאכל עד את הכבש אחד תעשה בבקר ולערב יחלק שלל ואת הכבש השני תעשה בין הערביים"סד:
241דער זמן פון עבודת הקרבנות במקדש איז נאָר ביום, ווי מ'לערנט דאָס אָפּסה פון „ביום צוותו"סו, זעט מען אָבער אַז הקטר חלבים ואברים איז מצותן כל הלילהסז — לאחריו פון „עלי' השלםסח, פון עבודת המזבח, נאָך דעם תמיד של בין הערביים; און עד"ז איז די עבודה פון תרומת הדשןסט וואָס איז פאַרבונדן ניט מיט גמר עבודת היום, נאָר מיט התחלת עבודת היוםע — לפניו.
ועפ"ז י"ל אַז דער דמיון פון מזבח צו זאב הטורף איז מגלה אַז דער הקטר חלבים ואברים לאחריו — כל הלילה, און תרומת הדשן לפניו — איז דאָס אַ גדר אין מזבח, מזבח איז טורף מלפניו ומלאחריו: ד. ה. שלימות אין דעם ענין המזבח [די הקרבת הקרבנות אויף אים במשך היום] איז פאַרבונדן מיט דער עבודה וואָס ס'איז דאָ אויף אים אין דעם זמן שלפניו ולאחריו במשך הלילה; וע"ד ווי עס שטייט אין מפרשיםעא „חייבין להשאיר מן האברים והחלבים להקטיר בלילה לכבוד המקום כדי שלא יהא בטל המזבח לא ביום ולא בלילה"עב.
(משיחות אחש"פ, מוצאי ש"פ אחרי תשל"ח)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר