לקוטי שיחות
פ' החודש
481פ' החורש
א. מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדט, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס „ימי החודש" און „ימי השבוע" ווערן גערעכנט לויט צוויי באַזונדערע חשבונות, וואָס זיינען אומאָפּהענגיק איינער פון צווייטן
— און לפי זה: ווען אַ יו"ט וואָס ווערט באַשטימט לויטן חשבון פון די ימי החודש (ווי פסח, לדוגמא, וואָס איז אַלעמאָל בט"ו בניסן) פאַלט אויס ביום השבת, דאַרף אויסקומען לכאורה, אַז די צוויי קדושות אין זעלבן טאָג — די קדושת שבת (מצד דעם סדר פון ימי השבוע) און קדושת יו"ט (מצד די ימי החודש) — זיינען צוויי באַזונדערע ענינים, וואָס האָבן ניט קיין שייכות צווישן זיך —
וויבאַלד אָבער אַז יעדע זאַך (אין וועלט, ועאכו"כ) אין תורה, איז בהשגחה פרטית ובדיוק, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס גופא וואָס דער טאָג אין חודש פאַלט אויס אין דעם טאָג פון וואָך, איז אַ באַווייז אַז עס איז דאָ (אָדער נאָכמער, אַז דאָס טוט אויף) אַ שייכות צווישן זיי.
[וכידוע די ראי' אויף דעם פון ש"ס: די גמרא זאָגט אין זבחיםא „ראש חודש למוספין דידי' אהני, למוספי שבת לא אהני (בתמי')" — אַז די (קרבנות) מוספין פון שבת וואָס מ'ברענגט בר"ח שחל בשבת האָבן אין זיך אויך די קדושה פון (מוספי) ראש חודש (וואָס מוספי ר"ח „מקודשין משל שבת"ב); קומט אויס, אַז די שייכות און אויפטו („אהני") פון ראש חודש איז ניט נאָר אין דעם טאָג ווי ער איז אַ פרט פון די ימי החודש, נאָר אויך אינעם שבת (ועניני'), אַז עס ווערט אַ ראש־חודש'דיקער שבתג].
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בעניננו — פרשת החודש, אַז טראָץ דעם וואָס זי איז אַלעמאָל געבונדן (ניט מיט אַ באַשטימטן טאָג אין חודש, נאָר) מיט יום השבת, איז אָבער דאָ אַ לימוד מיוחד (אין דעם ענין פון „החודש") פון דעם באַשטימטן טאָג אין ימי החודש, ווען (שבת) פ' החודש פאַלט אויס.
ולדוגמא, ווען דאָס פאַלט אויס (ווי די יאָריקע קביעות) בכ"ה אדר, וואָס לדעת ר' יהושעד („בניסן נברא העולם") איז עס דער „יום הראשון" פון ששת ימי בראשית.
ב. עס שטייט אין מדרשה „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם", וי"ל ומסתבר לומר עפ"ז — וויבאַלד אַז דער סדר אין תורה איז בדיוק און אויך תורה, אַז „החודש הזה482לכם גו'" איז אַ יסוד ודוגמא פון כל התורה — די התחלה און יסוד פון אַלע מצוות איז — „החודש גו'".
דער ביאור אין דעם איז מובן פונעם מאמר חז"לו אויף „החודש הזה לכם ראש חדשים"ז — וואָס דערמיט ווערט געמיינט חודש ניסן, וואָס איז דער חודש הגאולה פון גלות מצריםח — אַז „כשבחר ביעקב ובניו קבע בו (ראש) חודש של גאולה". ד.ה. אַז די עבודה פון „יעקב ובניו" — קיום המצות — איז צו אויפטאָן דעם ענין ה"גאולה" אין עולם („בחר הקב"ה בעולמו"):
וועלט מצ"ע איז אין אַ מצב פון גלות, ווייל „עולם" איז פון לשון העלםט — אלקות איז בהעלם והסתר אין וועלט; און אפילו אַז זייענדיק אין וועלט קומט מען צו דער הכרה אַז יש בעה"ב לבירה זו, איז דאָס נאָר אויף אַזויפיל וויפל וועלט איז מכריח אַז זי האָט אַ בעה"ב, בסגנון אחר: נאָר אַ הכרה אין דעם אור אלקי וואָס איז מלובש אין וועלט (אָן אור מדוד ומוגבל). אָבער דורך דער עבודה פון אידן בקיום התומ"צ ווערט אויפגעטאָן דער ענין ה"גאולה" — מ'גייט אַרויס פון די מצרים און העלמות און מ'איז ממשיך דעם אור אלקי שלמעלה מן העולמות.
וויבאַלד אַז די עבודה פון אַ אידן איז פועל דעם ענין הגאולה, איז מובן, אַז אויך די עבודה גופא דאַרף געטאָן ווערן אין אַן אופן פון „גאולה":
אַ איד דאַרף מקיים זיין תומ"צ אין אַן אופן פון „חירות" און מיט אַ געפיל פון חירות, אַז ער איז „פריי", ניט אונטערגעוואָרפן דעם העלם פון וועלט, און קיין זאַך קען אים ניט שטערן אין דער עבודה פון תומ"צ. אין אַ טיפערן אופן מיינט עס, אַז אַ איד גייט אַרויס פון די הגבלות פון זיין אייגענער טבעי: זיין טאָן אין עבודת ה' איז ניט באַגרעניצט נאָר צו די ענינים אין וועלכע ער האָט אַ „געשמאַק" מצד טבעו, און אין זיי גופא איז זיין חיות נאָר אויף וויפל עס מאָנט זיך מצד זיין טבע — נאָר ער טוט אַלע מצוות מיט אַ חיות בלתי מוגבלת פון נשמה.
און דער אופן פון קיום התומ"צ איז מרומז אין דעם נאָמען פון דער פרשה — „החודש" (מלשון חידושיא): קיום התומ"צ דאַרף ניט געטאָן ווערן אַזוי ווי מ'טוט אַן „אַלטע", איינגעוואוינטע זאַך, נאָר ווי אַ נייע זאַך — „בכל יום יהיו בעיניך חדשים"יב — וואָס מען טוט עס מיט חיות און איבערגעבנקייט, וואָס דאָס דריקט זיך אויס אין מקיים זיין תומ"צ מיטן גרעסטן הידור וואָס איז מעגלעך.
ווי קען מען מאָנען אַז די תומ"צ זאָל אַ איד מקיים זיין „כחדשים", בשעת זיין גוף איז אטגלעך איינגעוואוינט אין לימוד התורה וקיום המצוות?
— איז כל זמן ער געפינט זיך אין די הגבלות פון דער אייגענער מציאות, קען ער זיך טאַקע ניט באַפרייען פון דעם הרגש אַז תומ"צ זיינען ביי אים אַן483„איינגעוואוינטער" ענין; בשעת אָבער ער „שפּרינגט אַרויס"יג פון זיין מציאות, ער פועל'ט ביי זיך דעם ענין פון „יציאת מצרים" אין פנימיות'דיקן זיןיד — אַרויסגיין פון די מצרים וגבולים פון זיין טבע — דעמאָלט איז אויך דער קיום התומ"צ ביי אים אין אַן אופן פון חידוש.
ג. קען מען מיינען, אַז דאָס אַלץ איז גערעדט געוואָרן נאָר בנוגע דעם סוג עבודה פון לימוד התורה וקיום המצוות, וואָס איז שייך צו דער נשמה. וואָרום כאָטש תומ"צ זיינען אָנגעטאָן אין דברים גשמיים ועניני עולם הזהטו, האָבן זיי אָבער מער שייכות צו דער נשמה ווי צום גוף — און אין דעם איז פאַרשטאַנדיק ווי אַזוי מ'קען פּועל זיין ביי זיך צו „אַרויסגיין פון מצרים", פון די מצרים וגבולים פון טבע הגוף און טאָן די עבודה אין אַן אופן פון „החודש גו'".
בשעת אָבער עס האַנדלט זיך וועגן דער עבודה פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים"טז און „בכל דרכיך דעהו"יז, וועגן דער התעסקות פון אַ אידן אין די ענינים פון וועלט — וואָס הן אמת, אַז ער טוט זיי „לשם שמים" וכו', אָבער דאָך הערט זיך אין זיי אָן אַז זיי זיינען „מעשיך" און „דרכיך", מעשים פון גוף — איז ווי קען מען ביי דער עבודה מאָנען אַז מען זאָל זיך אויסטאָן פון טבע הגוף, בשעת אַז בשעה זו עצמה איז ער אַריינגעטאָן אין עניני הגוף?
אויף דעם איז דאָ די הוראה פון דער קביעות פון שבת פרשת החודש וואָס פאַלט אויס בכ"ה אדר — דער יום ראשון פון מעשה בראשית — אַז אויך אין די עניני הבריאה (כ"ה אדר) קען זיין און דאַרף זיין די עבודה אין אַן אופן פון „החודש", למעלה ממדידה והגבלה.
ד. ווי איז אָבער פאָרט מעגלעך אַז די ביידע ענינים הפכים זאָלן זיין בבת אחת — אַז זייענדיק אַריינגעטאָן אין עניני הגוף זאָל מען אין דער זעלבער צייט זיין אויסגעטאָן פון טבע הגוף? — איז עס דערפאַר, וואָס אַ איד האָט אַ שייכות צו דער בריאה ווי זי איז באַשאַפן געוואָרן (ניט בכ"ה אלול, כדעת ר' אליעזריח („בתשרי נברא העולם"), נאָר) בכ"ה אדר (כדעת ר' יהושע):
ס'איז ידועיט, אַז די צוויי דיעות — דעת ר"י און דעת ר"א — זיינען ביידע אמת: בניסן איז דאָס געווען אינעם אופן פון עלה במחשבה לברוא, און די בריאה בפועל איז געווען בתשריכ; און דאָס484איז מתאים מיט דעם וואָס ס'איז מבואר אין ספרי קבלהכא, אַז „בניסן נברא העולם" מיינט דעם ענין הבריאה בשייכות צו פנימיות העולמות און „בתשרי נברא העולם" — חיצוניות העולמות.
חיצוניות העולמות איז ווי וועלט זעט זיך אָן אין חיצוניות, לעיני בשר, אַלס אַ דבר בפ"ע, נפרד פון אלקות — און די התהוות איז פון דיבורו ית' (דדבורו של הקב"ה חשיב מעשהכב), וואָס דיבור ווערט נמשך באופן אַז ס'זעט אויס (לגבי נבראים) ווי ער וואָלט געווען כביכול אַן ענין נפרד פון אים ית'כג. פנימיות העולמות איז ווי וועלט איז בפנימיות — מיוחד מיט אלקות, און דאָס איז די התהוות פון בחי' מחשבתו ית'כד, בדוגמא ווי, להבדיל, למטה בלייבט מחשבה אַלעמאָל מיוחד מיטן אדם החושבכה.
און דאָס איז אויך די שייכות פון די צוויי עניני התהוות צו די חדשים תשרי וניסן:
די עבודה פון תשרי איז בדרך מלמטה למעלה, עבודת התשובה; דערפון גופא וואָס מ'דאַרף זיך אומקערן צום אויבערשטן, איז מוכח אַז פריער איז מען געווען מרוחקכו פון אלקות — און מצד דער דרגא אין עבודה זעט זיך אָן מיט אַ פשיטות ווי וועלט איז אַ מציאות, און מ'דאַרף האָבן ראיות והוכחות אַז יש בעה"ב לבירה זו;
די עבודה פון ניסן — עבודת הצדיקים — איז מלמעלה למטה: ער איז מלכתחילה קרובכו ומיוחד מיט אלקות, ובמילא איז ביי אים, אדרבא: אלקות איז ער מרגיש בפשיטות, און די מציאות הנבראים האָט ביי אים אַן אָרט אין הרגש נאָר דערפאַר וואָס ער האָט דערויף אַ הוכחה פון תורה — „בראשית ברא אלקים"כז, ובמילא איז וועלט ביי אים התחדשות און זי איז תופס מקום נאָר אויף וויפל תורה גיט פאַר איר אַן אָרט.
און וויבאַלד אַז נשמות זיינען שייך צו פנימיות העולמותכח, בחי' מחשבהכט — איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדער איד האָט דעם כח צו פועל זיין אַז ער זאָל דערהערן „אלקות בפשיטות ומציאות בהתחדשות"ל — אַז די הוכחה אויף דער פאַראַנענקייט פון וועלט איז ביי485אים נאָר ווייל תורה זאָגט „בראשית ברא אלקים", ובמילא איז זיין יעדע עשי' דורכאויס אַ תורה'דיקע־מציאות. זיין התעסקות אין עניני הגוף והעולם איז ווייל תורה זאָגט אים אָן דאָס צו טאָן — און אין אַן אופן פון „כל מעשיך יהיו לש"ש" און „בכל דרכיך דעהו" — ובמילא ווערט אויך די עבודה געטאָן אין אַן אופן פון „החודש" וחידוש, העכער פון מדידות והגבלות פון זיין מציאות וטבע.
ה. ויש לומר, אַז אָט דעם ענין — דער חיבור פון „החודש" מיט „כ"ה אדר" — איז רש"י מרמז אין דעם מאמר „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם", וואָס ער ברענגט בפירושו אויפן ערשטן פסוק פון תורה „בראשית ברא אלקים גו'" — דלכאורה איז ניט גלאַטיק:
א) כידוע איז ניט דער דרך פון רש"י צו זאָגן פריער די שוועריקייט אין פסוק און דערנאָך פאַרענטפערן זי, נאָר ער הויבט גלייך אָן מיטן פירוש והסברה (ובדרך ממילא פאַלט אָפּ די קשיא) — פאַרוואָס שטעלט ער דאָ פריער די קשיא „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם", און הויבט ניט אָן גלייך מיטן פירוש „פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גויםלא שאם יאמרו וכו'"לב?
ב) אפילו אויב מ'זאָל זאָגן, אַז בנדון דידן וואָלט מען ניט פאַרשטאַנען די שוועריקייט אין דעם וואָס „פתח בבראשית" סיידן מ'איז פריער מסביר אַז די תורה (וואָס געהערט צום אידישן פאָלק) האָט זיך געדאַרפט אָנהויבןלג מיט „החודש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל"לד — איז אָבער פאָרט ניט גלאַטיק אין פירוש רש"י:
(א) וואָס איז דאַ נוגע צו אויסטייטשן אַז „מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל" איז „החודש הזה לכם"לה — לכאורה האָט רש"י געדאַרפט מקצר זיין און זאָגן „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא ממצוה (ראשונה) שנצטוו בה ישראל"?
(ב) וויבאַלד אַז רש"י'ס קשיא איז, ווי מפרשים זאָגן, אַז די אַלע פרשיות ביז „החודש גו'" האָבן ניט געדאַרפט שטיין אין תורה שבכתב — פאַרוואָס נוצט ער דעם לשון „לא הי' צריך להתחיל את התורה" (וואָס איז משמע, אַז בלויז די התחלה האָט געדאַרפט זיין ניט מיט דעם)לו, עס וואָלט געווען מער מתאים צו זאָגן (כלשון המדרשלז) „לא הי' צריך לכתוב את התורה אלא מהחודש הזה לכם"?
איז דער ביאור אין דעם (אין „יינה של תורה" וואָס אין דעם פירוש רש"י):
„לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם" איז ניט נאָר אַ קס"ד, נאָר דאָס בלייבט אויך לפי המסקנאלח: וויבאַלד אַז דאָס איז „מצוה486ראשונה שנצטוו בה ישראל" מוז מען זאָגן אַז דאָס איז באמת דער יסוד והתחלה פון גאַנץ תורה (וכנ"ל סעיף ב').
און דאָס מיינט רש"י מרמז צו זיין מיט זיין פירוש אויף „בראשית" — „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם": וויבאַלד אַז (אויך) „בראשית ברא גו'" איז אַ חלק פון תורה, דאַרף מען זאָגן, אַז „החודש הזה לכם גו'" איז די „התחלה" (ויסוד) אויך פון „בראשית ברא גו'". דאָס מיינט, אַז די עבודה פון אידן אין אַן אופן פון „החודש גו'" דאַרף זיך אָנהויבן אַלס עיקר ויסוד (אויך) אין עניני העולם, אויפטאָן דעם ענין הגאולה אין וועלט גופא.
און ווי רש"י איז מסביר אין המשך פירושו — „פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים": די עבודה פון אידן באַשטייט אין דעם, אַז אויך „נחלת גוים" — וועלט — זאָל ווערן אויסגעלייזט און איבערגיין אין רשות פון אידן, וועלכע מאַכן דאָס (איבער) לשם שמים, און אַ וועג צו דעהו.
ו. נאָך אַן ענין אין דעם קשר פון „החודש" מיט כ"ה אדר:
מיט „החודש הזה לכם ראש חדשים גו'" מיינט דער פסוק ר"ח ניסןלט — יום ו' למע"ב (לדעת ר' יהושע), דער טאָג פון בריאת האדם. און דאָס איז אויך דער קשר מיטן מאמר חז"ל הנ"ל אויף „החודש הזה גו'" — „כשבחר ביעקב ובניו קבע בו ראש חודש של גאולה", ווייל אין דעם טאָג איז באַשאַפן געוואָרן דער אדם און דערמיט האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון עבודת האדם (פון „בחר ביעקב ובניו"מ) אין אַן אופן פון „חידוש" און „גאולה" כנ"ל; משא"כ די בריאה ווי זי איז בכ"ה אדר, פאַר בריאת האדם ועבודתו, איז די התהוות וקיום העולם געווען באתערותא דלעילא, מצד חפץ חסד הואמא.
אויף דעם קומט די הוראה פון פרשת החודש שחל בכ"ה אדר, אַז אויך תחילת הבריאה, וואָס איז לכאורה נאָר מצד חפץ חסד הוא, איז זי באמיתית ובפנימיות פאַרבונדן מיט „החודש גו'", מיט עבודת האדםמב; וכידוע מאמר חז"ל43) וועגן כללות בריאת העולמות: „במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים", אַז דער גאַנצער ענין הבריאה איז געווען דורך דעם וואָס „עלה לפניו ית' התענוג שיתענג כביכול בעבודת הצדיקים"מד.
דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס די בריאה איז מצד חפץ חסד הוא איז ווייל קודם הבריאה — ד.ה. ווי דער אור אלקי איז נאָך אינגאַנצן העכער פון גדר עולמות ונבראים — איז ניט שייך אַז עבודת הנבראים זאָל תופס מקום זיין, ובמילא קען די בריאה זיין נאָר בדרך אתערותא דלעילא מצד עצמו, ווייל חפץ חסד הואמה; אָבער מאידך, איז מצד דעם וואָס חפץ חסד הוא איז דאָס גופא בריינגט — אַז עבודת הנבראים זאָל יע487האָבן אַ תפיסת מקוםמו, ובמילא איז די סיבת הבריאה פאַרבונדן (דורך „חפץ חסד") מיט דעם וואָס „עלה לפניו ית'" די עבודה פון צדיקים.
[וואָס דאָס איז איינער פון די ביאורים אין דער תורה פון מגידמז, אַז די בריאה איז געווען „בשביל שיהיו ישראל צדיקים בכל דור" און וויבאַלד אַז ביי הקב"ה זיינען „העבר והעתיד שוים", דערפאַר „הי' הוא ית' מתענג ממעשה הצדיקים וצמצם א"ע"; ועד"ז וועגן אידן, דאָס וואָס „ישראל עלו במחשבה"מח — איז ער מסבירמט — אַז ביי בשר ודם „מי שלא הי' לו בן מעולם לא יכול לומר שיהא נחקק במחשבתו צורת הבן שיהי' לו אחר כך . . אבל אצל השם יתברך . . אף קודם שנבראו ישראל הי' נחקק צורתם במחשבה . . כי אצלו יתברך העבר והעתיד א'" —
דלכאורה, וואָס איז דער אויפטו אין דעם? עס איז פשוט אַז דער אויבערשטער איז למעלה מן הזמן און דער עבר און עתיד זיינען ביי אים „שווים"? נאָר דער ביאור אין דעם איז: וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן דעם אור אלקי ווי ער איז נאָך העכער פון צמצום און פון שייכות — אפילו בכחנ — צו דער בריאה, איז דאָך לכאורה ניט שייך צו זאָגן אַז „דאָרט" זאָל נחקק ווערן די עבודה פון צדיקים (אָדער „צורת הבן" בכלל) — היינט ווי קען מען זאָגן אַז דאָס איז די סיבה פון דעם צמצום ובריאה?
און דאָס טוט מען אויף: מצד דעם וואָס „העבר והעתיד שווים", איז דער ענין פון מעשה הצדיקים און „צורת הבן" שוין נחקק געוואָרן בפועלנא אין דער בחי' פון „חפץ חסד הוא" (וואָס איז אינגאַנצן העכער פון נבראים כו'), ביז, אַז דאָס איז די סיבתנב הצמצום והבריאה].
ז. דאָס איז אויך די הוראה אין עבודה בפועל, אַז אויך די ענינים וואָס קומען בדרך אתערותא דלעילא וועלכע488זיינען לכאורה העכער פון דעם אַז דער ווערט דורך דעם אויפגעטאָן, אַז שוין מענטש זאָל אין זיי עפּעס אויפטאָן דורךאין דעם ענין פון „בראשית ברא גו'" — זיין עבודה — אויך די ענינים זיינען אין וואָס איז אַן ענין פון אתערותא דלעילא דער אמת'ן פאַרבונדן מיט עבודת כנ"ל — איז דאָ דער „החודש הזה לכם",
וואָס ווייזט אויף דער עבודה פון „יעקב
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער טעם ובניו"נג
פנימי וואָס דער מאמר „לא הי' צריך
להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה