איז ידועב די קושיא וואָס מ'פרעגט אויף דעם: וואָס פרעגן חז"ל „מה שמועה שמע" און זוכן אַן ענטפער אויף דעם, בשעת דער פסוק אַליין איז ממשיך (אַז געהערט האָט ער) „את כל אשר עשהג אלקים למשה ולישראל עמו כי הוציא ה' את ישראל ממצרים"ד?
נאָכמער: דאָס וואָס חז"ל זאָגן, אַז יתרו האָט געהערט וועגן „מלחמת עמלק" אָדער וועגן „מ"ת" וכו', איז, לכאורה, קשה פון דעם וואָס עס שטייט אין פסוק אַז געהערט האָט ער „את כל אשר עשה גו' כי הוציא גו'".
נאָך שווערער איז צו פאַרשטיין, וואָס אויך רש"י — וואָס איז לכל לראש מפרש לפי פשוטו של מקרא — א) פרעגט דאָ, אין זיין פירוש אויפן פסוק, די זעלבע שאלה און ב) אין זיין ענטפער איז ער מחבר צוויי (פון די דריי) דיעות: „קרי"ס ומלחמת עמלק".
מוז מען זאָגן, אַז חז"ל און רש"י, מיט זייער שאלה און ענטפערס, זיינען אויסן צו באַוואָרענען אַן ענין אין תוכן הכתוב, וואָס פאָדערט הסברה און וואָס איז ניט מוסבר דורך המשך הכתוב „את כל אשר עשה וגו'". דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק אין פשט הכתוביםה?
נאָך דאַרף מען פאַרשטיין: דער נאָמען יתרו (איינער פון די זיבן נעמעןו) איז צוגעקומען אין דער צייט ווען ער האָט זיך מגייר געווען — „כשנתגייר וקיים המצוות הוסיפו לו אות אחת על שמו"ז — היינט ווי אַזוי רופט אים דאָ דער פסוק מיט אָט דעם נאָמען („וישמע יתרו"), וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן דעם זמן ווען ער איז נאָך געווען „כהן מדין" — נאָך איידער ער האָט זיך מגייר געוועןח?
ב. בכדי דאָס אַלץ צו פאַרשטיין דאַרף מען פריער מבאר זיין אַ פּירוש193המשניות פון רמב"ם, וואָס איז זייער תמוה בהשקפה ראשונה.
דער רמב"םט בריינגט דעם מאמר חז"לי „(מיום שחרב ביהמ"ק) אין (לו) להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד", און זאָגט אַז לערנענדיק דעם מאמר רז"ל כפּשוטו קען עס אויסקוקן צו זיין רחוק מאד מן האמת: ווייל צי איז דען „ד' אמות של הלכה" דער אויסשליסליכער תכלית און אַלעס איבעריקע „פארווארפן" („מושלכת אחר גויו")?
און איז מבאר באריכות, אַז דער תכלית פון כל עניני העולם איז דער מענטש, און דער תכלית פון אַ מענטש איז ער זאָל צוקומען צו ווערן אַ איש השלם, און זיין שלימות באַשטייט אין „החכמהיא והמעשה". ד. ה. אַז ער זאָל שטייגן אין חכמה און השגה ביז צום תכלית: „החכמה אלקית" — „לצייר לנפשו אחדות הקב"ה"יב, און אַלע איבעריקע חכמות זיינען נאָר אַ צוגרייטונג בכדי מ'זאָל שפּעטער צוקומען צו ידיעה אלקית; און „המעשה" — ניט זיין שטוף בתענוגים — סור מרע, און מתקן זיין די מדות וכו' זיי זאָלן זיין ווי עס דאַרף צו זיין — ועשה טוב.
און נאָך דעם אַריכות הביאור אין דערויף, פירט אויס דער רמב"ם, אַז בשעת מ'וועט זיך מתבונן זיין און לערנען פון דברי חז"ל די צוויי אויבנדערמאָנטע ענינים „חכמה ומעשה", דעמאָלט וועט מען וויסן די ריכטיקייט פון מרז"ל „אין לו להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה"יג.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) ווי אַזוי ווערט אויפגעקלערט די מעלה מיוחדת פון „ד' אמות של הלכה" דורך די צוויי ענינים פון „חכמה ומעשה"? דער קישור פון „הלכה" מיט „מעשה" איז מובן ווייל דער תוכן פון הלכה איז בכדי לידע „את המעשה אשר יעשון" ואלה „אשר לא תיעשנה", און „תלמוד גדול שהתלמוד מביא לידי מעשה"יד; אָבער וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער ענין פון חכמה — ביז צו לידע „אחדות הקב"ה" — צום ענין פון הלכהטו?
194ב) אפילו מ'זאָל געפינען אַ רמז ואופן ווי איינצוטייטשן אַז דאָס וואָרט „הלכה" האָט דעם באַדייט פון „חכמה", איז נאָך אַלץ ניט מובן: דאָס וואָרט „הלכה" ווערט דאָך פיל מאָל דערמאָנט אין ש"ס און ווערט געטייטשט כפּשוטוטז: אַ דין ווי אַזוי צו פירן זיך ע"פ תורהיז — און דער טייטש פון „הלכה" איז אויך נוגע לדינא (פון „אל יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה"יח, וכיו"ב). היינט פון וואַנען נעמט מען אַז אין דעם מרז"ל איז דער באַדייט פון וואָרט „הלכה" אַנדערש ווי אומעטוםיט?
ג. מ'וואָלט געקענט מסביר זיין אַז דאָס וואָס דער רמב"ם פאַרבינדט דאָ „ד"א של הלכה" מיט חכמה פון ידיעת אלקות, האָט ער אויף דעם אַ הכרח פון התחלת מרז"ל „מיום שחרב ביהמ"ק", וואָס דאָס מיינט, אַז די ד' אמות של הלכה פאַרבייטן דאָס וואָס דער ביהמ"ק האָט אויפגעטאָן —
און היות אַז אין ביהמ"ק בחוץ — אין לשכת הגזית — האָט זיך געפונען דער ב"ד הגדול — דער עיקר פון תושבע"פ און הלכהכ; און גלייכצייטיק איז אויך דאָרט אָבער לפני ולפנים — אין ארון בקדה"ק — געווען באַהאַלטן די לוחות (און ספר תורהכא) וואָס דאָס אַלץ באַווייזט אויף דער בחי' פון פנימיות התורה און רזין דאורייתא —
איז פון דעם מובןכב, אַז די „ד"א של הלכה" וואָס פאַרבייטן דעם ביהמ"ק (לאחר חורבנו) מיינט ניט בלויז הלכות בנוגע למעשה, נאָר אויך די רזין דאורייתא, וואָס דאָס איז די חכמה ודעת אין אחדות הבורא.
אָבער לויט דעם ווערט נאָר פאַרענטפערט די צווייטע שאלה — פון וואַנען איז די הוכחה אַז מיט „הלכה" דאָ ווערט געמיינט אויך ידיעת אלקות כו'. עס בלייבט נאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס זאָלן די חכמים זיך באַנוצן דאָ מיטן לשון הלכה, וואָס אומעטום ווערט געטייטשט אַנדערש? און בכלל: וואו איז אָט דער גאַנצער תוכן מרומז אין דעם ענין פון „ד' אמות של הלכה"?
ד. נקודת ביאור הענין: בפשטות — זיינען אויך די מצות פון אחדות השם, אהבת השם א. ז. וו. הלכות (און אין זיי זיינען דאָ כמה וכמה הלכות פסוקות*22).195און דער רמב"ם איז נאָך מדגיש אין אָנהייבס פון זיין ספר, וואָס איז ספר ההלכות און פסקי דינים דוקא — אַז זיי זיינען יסודי התורה און די מצות באַשטיין אין „לידע (וואָס קומט דורך „חכמת אלקית") שיש שם מצוי כו'" און „אלוקה זה אחד" (אחדות השם) וכו'.
— ביז אַז אפילו באַ אַ קטן איז זיין ערשטע הלכה און אָנהייבס טאָג זאָגען „מודה אני לפניך מלך כו'" ברכות וכו' —
און וויבאַלד אַז עס דאַרף זיין „כל מעשיך יהיו לשם שמים", „ואפילו בשעה שהוא ישן וכו'" — ווי ער איז מאריך בהל' דעותכג און מקומו של אדם איז ד' אמות — כדלקמן בארוכה — דאַרף אויך „הלכה" זיין „ד' אמות".
תרי"ג מצות, ובפרט — דער ציווי פון כל מעשיך יהיו לשם שמים זיינען דאָך געגעבן געוואָרן פון מתן תורה אָן — איז פאַרשטאַנדיק אַז ביז דאַמאָלס, כולל אויך „בימי שם ועבר" איז דאָס אַלעס ניט שייךכד, ווי דער רמב"ם שרייבט דאָרט.
ה. דער ביאור אין דעם (בפנימיות): מ'געפינט בנוגע צו כמה ענינים, אַז יעדער מענטש האָט פאַר זיך צוגעטיילט ארבע אמותכה, און מ'לערנט עס אָפּכו פון דעם וואָס עס שטייטכז „שבו איש תחתיו" — און דאָס ווערט אָנגערופן „מקומו של אדם"כח.
פון די טעמים דערויף, זאָגט די גמראכט — ווייל דער גוף פון אַ מענטשן פאַרנעמט שלש אמות, און נאָך אַן אמה ווערט צוגעגעבן אַז ער זאָל קענען אויפהויבן די הענט העכער פאַר'ן קאָפּל.
לכאורה פאָדערט זיך ביאור אין דעם: וויבאַלד אַז פאַר דעם גוף — כולל אויך די הענט (במצב הרגיל) — איז גענוג שלש אמותלא, טאָ פאַרוואָס זאָל „מקומו" אַלעמאָל גערעכנט ווערן ד' אמות צוליב דעם וואָס אַמאָל טרעפט אַז ער הויבט אויף די הענט אין אַ כלל ניט רגיל'־196דיקען מצבלב — העכער פון'ם קאָפּ — און פאַרנעמט דאַן מער ווי דעם נאָרמאַלן אָרט?
ו. איז דער ענין בזה: די וועלט האָט דער אויבערשטער באַשאַפן אין אַ שלימות'דיקן אופן, עולם על מילואו נבראלג; פונדעסטוועגן זאָגן רז"ללד אַז דאָס וואָס „ברא אלקים" איז „לעשות" — לתקן: דער תכלית פון דער בריאה איז, אַז דער אדם זאָל אין איר ווירקן און אויפטאָן מער ווי זי האָט אין זיך מצד הבריאה,
— אפילו אין ג"ע און נאָך לפני החטא (פון עץ הדעת), וואָס איז די העכסטע שלימות אין דער בריאה, האָט זיך געפאָדערט „לעבדה ולשמרה"לה — דורך אדם הראשון.
אַזוי ווי דאָס איז לגבי כללות הבריאה, אַזוי איז דאָס אויך בנוגע דעם מענטשן.
און דאָס דריקט זיך אויס אויך אין מקומו הגשמי, אין דעם ענין (הפנימי) פון די „ד' אמות" הנ"ל: דער מענטש (ראשו, גופו ורגליו) מצד זיין בריאה פאַרנעמט ג' אמות (וואָס די ג' אמות זיינען כנגד ומרמז אויף די כלליות'דיקע ג' מדריגות פון ראש, גוף, רגל); און מצד הבריאה איז דער ראש — כשמו — די העכסטע מדריגה און מקום ביים מענטשן, נידעריקער דערפון איז דער גוף, און די נידעריקסטע דרגא און מקום זיינען די רגליים. ד. ה. — מצד הבריאה זיינען די ידים, ביי ביידע זייטן פון גוף, נידעריקער פון ראש.
די עבודה פון דעם אדם באַשטייט אין דעם, ער זאָל זיך אויפהויבן העכער ווי (די ג'*35 אמות וואָס) מצד הבריאה, העכער ווי די העכסטע מדריגה אין זיין בריאה, וואָס דאָס איז דער ראש, דער מקום השכל; ד. ה. ער זאָל מיט זיין הבנה והשגה (ניט בלייבן ביים גדר והגבלה פון זיין „ראש" ושכל, נאָר) זיין אַריינגעטאָן אין ענינים וואָס זיינען העכער פון זיין „ראש" מצ"ע.
די דערהויבונג איז פאַרבונדן דוקא מיט „ידיו", וואָס באַצייכנט די בחי' פון מעשה, וע"ד מרז"ללו אַז דורך צדקה — נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה. ד. ה. אַז אויך זיין עלי' אין די כוחות נעלים פון השגה, ביז צום אויפהויבן זיי העכער פון זיין שכל (ווי מצד הבריאה), איז פאַרבונדן מיט „מעשה" בפועל. אין אַנדערע ווערטער (ולאידך גיסא): אַלע עילויים צו וועלכע ער דערהויבט זיך דאַרפן האָבן אַ השפעה און פועל'ן אַ שינוי אויך אין מעשה בפועל*36.
און צוליב די צוויי ענינים „החכמה והמעשה", איז אים געגעבן געוואָרן דער מקום פון „ד' אמות" (מערלז ווי די ג' אמות שמצד הבריאה)*37.
197ז. כשם ווי דאָס איז אין דער בריאה פון כללות העולם והאדם, אַזוי וועט עס אויך זיין פאַרשטאַנדיק בשייכות צו תורה [וואָרום כל עניני העולם והאדם נעמען זיך פון תורהלח]:
די תורה איז אוריין תליתאילט איינגעטיילט אין ג' בחינות, וואָס בכללות איז דאָס דער איינטייל פון תורה נביאים וכתובים [און דאָס איז דער מקור וסיבה וואָס די גאַנצע בריאה איז איינגעטיילט אין דריי דרגות וחילוקים, כידועמ].
און דורך דער עבודת התשובה, וואָס איז העכער פון גדר הבריאה, האָבן אידן דערגרייכט אַז ס'זאָל אין תורה צוקומען אויך די פערטע מדרי'מא, די „כפלים לתושי'" אין תורה, וואָס דאָס איז צוגעקומען דורך די לוחות שניותמב.
ובפרטיות איז דאָס אַזוי בכל חלקי התורה: ס'זיינען דאָ די „ג' אמות" (ג' מדרי') אין תורה ווי זי איז בגדר הבריאה, און דאָס זיינען — פשט רמז דרושמג, וואָס דאָס איז דער גוף פון תורהמד; דער תכלית איז אָבער אַז דער אדם ע"י יגיעתו זאָל צוקומען צו „ד' אמות" — אויך צו דער פערטער „אמה" און מדרי' אין תורה, וואָס איז העכער פונעם ציור קומה פון גוף התורה — און דאָס איז בחי' סוד שבתורהמה, „נשמתא דאורייתא"מו. און אָט די דרגא אין תורה רופט אָן דער רמב"ם (שם): „נכבד שבמושכלות", וואָס דורכדעם דערגרייכט דער מענטש צום תכלית — „לצייר לנפשו אחדות הקב"ה"מז.
אעפ"כ ווערן די אַלע ד' אמות אין תורה אָנגערופן „ד' אמות של הלכה" [ובדוגמא ווי גערעדט פריער בנוגע ד' אמות של האדם, אַז דאָס איז צוליב198הגבהת הידים למעלה מהראש], וואָרום ווען איז דאָ די הוכחה אַז ער האָט דערגרייכט אויך די פערטע „אמה", סוד שבתורה — בשעת אַז אויך בחי' התורה וואָס איז למעלה מגדר הבריאה קומט אַראָפּ און איז פאַרבונדן מיט הלכה, וואָס מיינט (כפשוטו) אַ דין בנוגע לפועל;
ואדרבהמח: ווייל אָט די פערטע בחי', די נשמה פון תורה, איז למעלה מגדר הבריאה — דוקא דערפאַר איז עס נאָך מער נוגע אַז זי זאָל אַראָפּקומען אין הלכה, זי זאָל פועל'ן אויך אויף מעשה.
ח. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דאָס וואָס מ'פאַרבינדט ד' אמות של הלכה מיט „מיום שחרב ביהמ"ק":
כאָטש אַז ס'איז לית אתר פנוי מיני' ומלא כל הארץ כבודו, איז אָבער דער גילוי און השראת השכינה געווען דוקא אין ביהמ"קמט, און פון דאָרט איז דאָס נמשך געוואָרן אין דער גאַנצער וועלט. אין ביהמ"ק בכללות איז געווען דריי דיורין: חצר אה"מ, אהל מועד והוא ההיכל און דער קדה"קנ. איז הגם אַז השראת השכינה איז געווען אין גאַנצן ביהמ"ק, איז אָבער עיקר ההשראה געווען אין קדה"ק, און אין קדה"ק גופא איז דאָס געווען דורכן ארוןמט.
און דערפאַר רעכנט זיך דער ארון אַלס אַ פערטע מדריגה, כאָטש ער איז געשטאַנען אין קדה"ק (די דריטע מדרי'), ווייל דורכן ארון האָט זיך אַנטפּלעקט די בחינה פון תורה ווי זי איז העכער פון גדר הבריאה — דער „מקום הארון" ווי ער איז „אינו מן המדה"נא — און דערין האָט זיך געזען „אחדות הקב"ה" בגילוינב.
און צוזאַמען דערמיט איז אויך אָט די העכסטע דרגא געווען פאַרבונדן מיט „מעשה": נוסף אויף דעם וואָס דער בנין ביהמ"ק וכליו איז געווען ע"י מעשה ידי אדם, איז דאָך אויך אַזוי געווען דער סדר העבודות פון די כהנים אין ביהמ"ק גופאנג, ביז צום ארון אין קדה"ק — די הזיות ביוהכ"פ.
ט. אעפ"י אַז בכללות איז די הוספה אין תורה געקומען בלוחות שניות, דורך הקדמת עבודת התשובה פון אידן [און אַזוי אויך דורך יגיעה „דדחקין למלה דחכמתא ודייקין לה ומחכאן לה למנדע ברירא דמלה"נד, קען יעדער איד דערגרייכן צום העלם העצמי פון תורהנה],
און אַזוי אויך בנוגע לכל חלקי התורה, איז דער גילוי פון בחי' הד', סוד199שבתורה, בעיקר נתגלה געוואָרן בדורות האחרוניםנו, און דער תכלית השלימות בזה וועט ערשט זיין לעת"ל בגילוי תורתו של משיח, ע"י עבודת ויגיעת בנ"י במשך זמן הגלות —
איז אָבער ידוע אַז נאָכאַמאָל מ"ת וועט ניט זיין, וואָרום אַלעס איז „געגעבן געוואָרן" במ"תנז, נאָר די המשכה וגילוי דערפון קומט שפּעטער ע"י עבודה ויגיעה.
און כאָטש אַז בכללות זיינען כל חלקי התורה געגעבן געוואָרן במ"ת בעשה"ד, בפרטיות אָבער איז בחי' סוד שבתורה נשמתא דאורייתא נמשך ונתגלה געוואָרן ע"י „וירד ה' על הר סיני"נח. ד.ה. אַז המשכת והתגלות בחי' התורה ווי זי איז העכער פון גדרי הבריאה איז פאַרבונדן ניט נאָר מיט'ן דיבור פון עשה"ד, נאָר מיט מעשה הקב"ה כביכול, „וירד ה' על הר סיני". ובפרט אַז אויך כפשוטו — איז דער פירוש פון דעם ירידה וגילוי מעשה מרכבה — סוד שבתורה.
ובסגנון הרמב"ם הנ"ל: במ"ת זיינען געווען ביידע ענינים — „חכמה" פון תורה אין אַלע אירע חלקים ביז צו בחי' סוד שבתורה, גילוי בחי' אחדות הבוראנט; און דאָס איז פאַרבונדן מיט „מעשה" (נוסף לזה וואָס רובם פון עשה"ד זיינען ציוויים אויף מעשה בפּועל) — „וירד ה' על ה"ס".
די הקדמה לזה האָט געמוזט זיין „ואל משה אמר עלה אל ה'"ס, נבראים זאָלן אַרויסגיין פון זייערע גדרים, גדר התחתונים, ובלשון חז"לסא: „תחתונים יעלו לעליונים".
יו"ד. עפּ"י כל הנ"ל וועט מען פאַרשטיין די אויבענדערמאָנטע שאלות (ס"א):
200ס'איז ידוע — דעת הזוהרסב — אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן דוקא לאחר שבא יתרו ונתגייר. און ביאת יתרו איז געווען אַ הכנה צו מ"ת.
און דערפאַר רופט אים אָן די תורה דאָ מיטן נאָמען „יתרו" (און אויך די גאַנצע סדרה ווערט גערופן על שמו און ניט „שבת מ"ת" אפילו ניט ווי אַ שם נוסף. ווי לדוגמא שבת שירה וכיו"ב), ווייל אין אָט דעם שם יתרו „געפינט זיך" דער תוכן און דער תכלית פון מ"ת:
דער נאָמען „יתרו" איז דאָך כולל ביידע נעמען, סיי דעם נאָמען יתר ע"ש שיתר פרשה אחת בתורהסג, און די הוספה פון „וא"ו" אין זיין נאָמען יתרו ווען ער איז צוגעקומען צום קיום המצות.
און ווי גערעדט פריער דאָס זיינען די צוויי עניני שלימות פון „חכמה" און „מעשה", וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן במ"ת, און די הכנה והקדמה לזה איז געווען דאָס וואָס אָט די צוויי שלימות'ן האָט יתרו פריער אויפגעטאָןסד ביי זיך אַלייןסה.
יא. ועפ"ז איז מובן וואָס דער פסוק איז גלייך ממשיך „(וישמע יתרו) כהן מדין" — וואָס פירושו איז דאָך אויך „כהן לע"ז"סו. ולכאורה איז דאָך דאָס בסתירה צו דעם שבח פון יתרוסז?
נאָר דער ביאור אין דעם:
דער תואר אין „כהן מדין" האָט צוויי אָפּטייטשן: א) כהן מלשון שרסח, ב) כהן — כומר לע"ז.
די צוויי פירושים זיינען בכללות די צוויי ענינים וואָס זיינען געווען אין יתרו (קודם שנתגייר): א) „כהן" מלשון שר — ער איז געווען אַ נכבד וחשוב ביי די אוה"ע, וואָס עיקר ענין השר איז בהנהגת המדינה און אויספירן פקודת המלך, מעלות המעשה (פון מדין), ב) „כהן" מלשון כומר לע"ז, וואָס באַצייכנט גדלות וחשיבות אין ידיעה והשגה, וכמאמרסט (און ווי רש"י בריינגט עס אַראָפּ) שהי' מכיר בכל ע"ז שבעולם.
וואָס דער ענין פון מכיר בע"ז ובכלל בנדו"ד — איז (כמבואר בזהר) מעלות החכמה (פון מדין). ס'איז געקומען מחמת זייער טעות אין הבנה והשגה, ע"ד ווי דער רמב"םע איז מאריך בזה אַז בימי אנוש וכו' האָבן זיי געמיינט אַז דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די כוכבים ומזלות וגלגלים און זיי געגעבן דעם כח להנהיג את העולם,201דאַרף מען די כוכבים ומזלות משבח ומפאר זיין און אָפּגעבן זיי כבוד.
און דאָס איז דער פסוק מדגיש „וישמע יתרו כהן מדין", אַז אין ביידע ענינים פון „חכמה ומעשה" איז יתרו געווען — אין לעומת זה — בתכלית השלימות, און פונדעסטוועגן האָט ער דערהערט און איז געקומען און זיך מגייר געווען, און ביידע שלימות'ן זיינע האָט ער מהפך געווען לקדושהעב: „יתר" — שיתר פרשה אחת בתורה, שלימות בענין החכמה ביז צו דער ידיעה אַז „גדול הוי' מכל האלקים" — די שלימות אין אחדות הבורא, אַז „כל האלקים" אַלע ממוצעים האָבן ניט קיין שליטה וכחעג, זיי זיינען בלויז „כגרזן ביד החוצב בו"עד; „יתרו" — קיום המצות: תכלית השלימות אין מעשה.
יב. היות אַז דער ענין פון מ"ת איז (ווי ערקלערט במק"א בארוכה) דער ביטול הגזירה ביז אַז „תחתונים יעלו לעליונים" — נבראים זאָלן אַרויסגיין פון זייער גדר אַלס נבראים און אויפהייבן זיך העכער, לעליונים — איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז אויך ביי יתרו (וואָס ביאתו איז געווען אַ הכנה צו מ"ת) איז געווען אָט די עבודה מיט זיך אַליין: אַרויסגיין פון זיינע מדידות והגבלות.
און דאָס איז דער דיוק אין לשון רש"י „מה שמועה שמע ובא" (און ניט בא ונתגייר): דער פסוק רעדט וועגן דעם וואָס האָט געבראַכט יתרו'ן צו דעם אַז דערנאָך זאָל ער זיך מגייר זיין, און איז אין דערויף מסביר „את כל אשר עשה אלקים למשה ולישראל עמו גו'"; די שאלה פון רש"י איז אָבער „מה שמועה שמע ובא"עה: די אויבנדערמאָנטע שמועות האָט ער געהערט אין מדין, האָט ער געקענט בלייבן אין מדין און דאָרטן זיך מגייר זיין — וואָס האָט אים אָבער געבראַכט ער זאָל קומען: ער זאָל אַרויסגיין פון זיינע הגבלות ביז צום קומען אין אַ מדבר שמם, אַ מקום תהועו?
אויף דעם איז רש"י מסביר: „קרי"ס ומלחמת עמלק": קרי"ס — וואָס איז געקומען דורך „ויסעו"עז — „מעשה";202מלחמת עמלק — וואָס איז געקומען דורך חסרון „בחכמה", מ'פרעגט היש הוי' בקרבנו אםעח אין און דער נצחון דורך נושאים עיניהם למעלהעט — חכמהפ. און אין די ביידע זאַכן האָט יתרו דערהערט אַז עס פאָדערט זיך די הכנה, די עבודה פון אַרויסגיין פון הגבלותפא.
קרי"ס: ס'איז ידוע אַז דער ענין פון קרי"ס, הפך ים ליבשה, איז דאָס דער ביטול פון די הגבלות ומחיצות צווישן העלם (ים) און גילוי (יבשה), ווי דערקלערט בארוכה במ"אפב — וואָס אין דעם איז באַשטאַנען די הכנה צו מ"ת וואָס ענינה איז „תחתונים יעלו לעליונים כו'".
מלחמת עמלק: קליפת עמלק איז דער ענין פון קרירות, אשר קרך בדרךפג; וואָס דער ענין פון קרירות איז מנגד בעיקר אויף די עבודה פון למעלה מטו"ד — בדקות איז קליפת עמלק מסכים אַז מ'דארף דינען דעם אויבערשטן. ער קען אָבער ניט דערלאָזן צום אַרויסגיין ממדידות והגבלות, למעלה מטו"דפד. און דאָס איז דער ענין פון מלחמת עמלק — ברעכן די קליפה פון קרירות צו דער עבודה שלמעלה מטו"ד.
און די שמועה פון אָט די צוויי ענינים — קריעת ים סוף ומלחמת עמלק — האָט באַווירקט יתרו'ן ער זאָל קומען — „ובא" — ער זאָל אַרויס פון זיינע הגבלות, אַוועקגיין פון זיין כבוד אַלס „כהן מדין", און קומען אין אַ מדבר שמם כו' להתגייר; און אָט דאָס איז געווען די הכנה צו מ"ת, ווען ביטל הגזירה כו' און — תחתונים יעלו לעליונים.
(משיחות יו"ד שבט, וש"פ יתרו תשכ"ד)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר