נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
114בא ג
א.איינע פון די זאַכן אין וועלכע פסח מצרים איז אַנדערש פון פסח דורות איז, וואָס ביי פסח מצרים איז „הקדים לקיחתו לשחיטתו ד' ימים"א, „בעשור לחודש"ב — „מה שלא ציווה כן בפסח דורות"ג (כאָטש אויך ער דאַרף האָבן „ביקור (ממום) ארבעה ימים קודם שחיטה"ד, דאַרף די לקיחת השה ניט זיין „בעשור לחודש"ה).
פאַרוואָס האָט די לקיחה פון פסח מצרים געדאַרפט זיין קודם „לשחיטתו ארבעה ימים"א — ניט ווי פסח דורות — ברענגט רש"יו (פון מכילתאז): „הי' ר' מתיא בן חרש אומר הרי הוא אומרח ואעבור עליך . . הגיעה שבועה שנשבעתי לאברהם שאגאל את בניו ולא היו בידם מצות להתעסק בהם כדי שיגאלו שנאמרט ואת ערום וערי' ונתן להם שתי מצות דם פסח ודם מילה שמלוי באותו הלילה כו'".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) ר' מתיא בן חרש איז נאָר מסביר פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן די מצוה פון קרבן פסח (אַז דאָס איז כדי זיי זאָלן האָבן „מצות להתעסק בהם כדי שיגאלו") — אָבער די שאלה: „מפני מה הקדים לקיחתו לשחיטתו" און „ארבעה ימים" דוקא, ניט מער און ניט ווינציקער? — איז במקומה עומדתיא.
ב) נאָך מערער: ר' מתיא בן חרש רעדט בכלל ניט וועגן לקיחת השה, נאָר וועגן „דם פסח" — וואָס בפשטות מיינט115דאָס דעם ציווייב „ולקחו מן הדם ונתנו על שתי המזוזות גו'" — און די התעסקות מיט „דם פסח" איז גאָר געווען לאחרי שחיטה, בי"ד ניסן בין הערביים.
ג) אפילו מ'זאָל זאָגן (בדוחק עכ"פ), אַז אין דער התעסקות בדם פסח ווערט נכלל אויך לקיחת השה (ווייל דאָס איז אַ הקדמה צו שחיטת הפסח וכו') — איז אָבער נאָך אַלס ניט גלאַטיק וואָס רמב"ח דערמאָנט דאָ — אין דעם ענין פון „מפני מה הקדים לקיחתו כו'" — (אויך) „דם מילה", אַז דער אויבערשטער האָט דעמאָלט אָנגעזאָגט די אידן אויך אויף „דם מילה"?
ד) יתרה מזה — „דם מילה" איז אויך „ציווה בפסח דורות". און דער וואָס איז געווען געמל'ט פון פריער איז אויך באַ פסח מצרים ניט נצטווה געוואָרן.
ב. מפרשיםיג זיינען מסביר, אַז דורך דברי רמב"ח אַז „נתן להם שתי מצות" — דם פסח צוזאַמען מיט דם מילה — ווערט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס לקיחת השה האָט געמוזט זיין „ארבעה ימים" פאַר דער שחיטה:
נאָכן ברית מילה דאַרף מען איבערוואַרטן דריי טעג איידער מ'גייט אַרויס לדרך (מפני הסכנה) — ווי רש"י האָט שוין געבראַכט אין פ' שמותיד — און דעריבער איז מילת בנ"י געווען בעשור לחודש, כדי זיי זאָלן זיין גרייט אַרויסצוגיין פון מצרים (און „מלו באותו הלילה" מיינט רש"י — לילה של לקיחת הפסח);
און דערפאַר האָט מען אויך מקדים געווען לקיחת הפסח צו „בעשור לחודש", כדי אַז אידן זאָלן האָבן ביידע מצות — דם פסח ודם מילה — צוזאַמען.
אָבער דער פירוש (אַז „מלו באותו הלילה" מיינט רש"י דעם לילה פון לקיחת הפסחטו) איז צע"ג — ווייל רש"י זאָגט דאָך דאָ בפירושטז, אַז דער דם מילה איז געווען צוזאַמען מיט דם פסח, „מתבוססת בדמיךיז, בשני דמים", וואָס דאָס איז געווען אור לט"ו ניסןיח.
116ג. ווייטער איז רש"י ממשיך: „ושהיו שטופים באלילים אמר להם משכו וקחו לכםיט, משכו ידיכם מאלילים וקחו לכם צאן של מצוה".
דער ענין איז ניט דער סיום המאמר פון רמב"ח. דאָס איז גאָר די דיעה פון רבי אליעזר הקפרכ (אין מכילתא דאָרט), בר פלוגתי' דרמב"ח (וואָס ר"א האַלט אַז אידן האָבן יע געהאַט מצות, ואדרבא „ארבעה מצות שאין כל העולם כדאי בהם").
ד. פון דעם פירוש רש"י האָט מען אויך אַ דוגמא בולטת צום כלל (וועלכן מ'האָט שוין מדגיש געווען כמה פעמים), אַז בשעת רש"י ברענגט בפירושו אַ מאמר חז"ל בשם אומרו, איז עס מצד אַ טעם מיוחד, דערפאַר וואָס דורך דער ידיעה ווער ס'איז דער בעל המאמר, קומט צו אַ תוספת ביאור אין דעם מאמר, וועלכער איז נוגע לפירוש רש"י.
בנדו"ד ברענגט רש"י פון מכילתא צוויי פירושים, איינער גלייך נאָכן צווייטן; איז ביים ערשטן איז ער מעתיק דעם שם פון בעל המאמר — ר' מתיא בן חרש — אָבער ביים צווייטן איז ער משמיט שם אומרוכא!
מוז מען זאָגן, אַז מיטן מעתיק זיין דעם שם פון ר' מתיא בן חרש איז רש"י (ניט אויסן סתם צו זאָגן דבר בשם אומרו, נאָר ער איז) דערמיט מוסיף אין הבנת הפירוש (משא"כ בנוגע דעם טעם פון „ושהיו שטופים כו'").
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: רש"י באַנוגנט זיך ניט מיט סתם ברענגען דעם נאָמען ר' מתיא בן חרש, נאָר ער איז מעתיק דעם לשון המכילתא — „הי' ר' מתיא בן חרש אומר" (אַז ער פלעגט (כסדר) אַזוי זאָגן) — וואָס גיט צו אָט דער פרט אין דער הבנה פון דעם פירושכב?
ה. דער ביאור בכל זה:
דאָס וואָס רש"י זאָגט „ושהיו שטופים כו'" (ניט „ד"א" וכיו"ב) — איז עס ווייל ע"ד הפשט — וואָס דאָס איז דרך פרש"י — איז אין די ווערטער פון ר' מתיא בן חרש ניטאָ קיין תירוץ וביאור אויף דער שאלה „מפני מה הקדים לקיחתו לשחיטתו ארבעה ימים" (וכנ"ל, אַז אין זיין מאמר דערמאָנט ער בכלל ניט וועגן לקיחת השה)כג;
דער תירוץ (ע"ד הפשט) אויף דער שאלה איז אין דעם סיום פון רש"י „שהיו שטופים באלילים א"ל משכו וקחו לכם כו'",
וואָס דאָס מיינט (ניט נאָר אַז בכדי זיי זאָלן זיין ראוי צו „קחו לכם צאן של מצוה", דאַרפן זיי פריער דורכגיין דעם „משכו ידיכם מאלילים", ווייל אַנדערש117טאָר מען ניט עסן פון קרבן פסחכד, נאָר)
אַז דערמיט גופא וואָס זיי וועלן נעמען דעם „צאן של מצוה", וועלן זיי מבטל זיין דאָס וואָס „היו שטופים באלילים" (כדלקמן סעיף ז'), און דערצו פאָדערט זיך אַז דער שה זאָל זיין אין זייער רשות במשך פון פיר טעג פאַר דער שחיטה (כדלקמן שם).
נאָר עס פאָדערט זיך (לויט רש"י) אַ הקדמה צו דעם: דער עיקר מטרה פון קרבן פסח (מצרים), לויט פשטות הכתובים, איז כשמו — „פסח על שם הדלוג והפסיחה"כה, אַז דער דם הפסח איז געווען אַ סימן וואו וועט „הקב"ה מדלג כו' וקופץ כו'"כה זיין.
איז רש"י מקדים דעם מאמר פון רמב"ח, אַז דער עיקר מטרה פון די מצות וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן אידן פאַר דער גאולה, איז געווען צו מבטל זיין דעם מצב פון „ואת ערום וערי'", זיי זאָלן האָבן „מצות להתעסק בהם (און דאָס איז) כדי שיגאלו";
און וויבאַלד אַז „נתן להם שתי מצות דם פסח ודם מילה", איז פאַרשטאַנדיק, אַז עיקר מטרת הפסח (בנוגע דעם אַראָפּנעמען דעם „ערום וערי") איז (ניט דער ענין חיובי שבו — זיין שחיטה ואכילה וכו', נאָר) אַן ענין שלילי, צו אַראָפּנעמען אַן ענין בלתי רצוי, כדלקמן.
ו. לערנענדיק דעם מאמר פון רמב"ח, אַז „נתן להם שתי מצות כו'" — ווייל אידן זיינען געווען אין אַ מצב פון „ואת ערום וערי'" — ווערט שווער:
וואָס איז דער חשבון פון „שתי מצות" — ממה נפשך: צו אַראָפּנעמען דעם חסרון פון „ערום" (מן המצות) איז גענוג איין מצוה; און אויב — לויט דער הנהגה פון כי תראה ערום וכסיתוכו — האָט דער אויבערשטער געוואָלט זיי געבן מער „לבושים", זכיות — מצות — איז פאַרוואָס גענוגכז צוויי מצותכח?
דער ביאור אין דעם: יעדע פון די צוויי מצות האָט אַראָפּגענומען אַן אַנדער פרט פון דעם מצב פון „ערום וערי'" (ממצות). ביי אידן איז דאַן געווען אַ צווייענדיקער חסרוןכט:
א) זיי האָט געפעלט דער עשה טוב, קיום פון מצות, ובמילא האָבן זיי ניט געהאַט מיט וואָס צו גיין צום „תעבדון את האלקים על ההר הזה"ל (וואָס אין דעם זכות איז געווען דער „הוציאך את העם ממצרים"ל);
ב) זיי האָט געפעלט אין סור מרע, צו זיי האָט זיך צוגעקלעפּט פון דעם רע של ארץ מצרים, ערות הארץ — ובמילא, אפילו ווען זיי האָבן שוין „מצות להתעסק בהם", איז אויב מ'זאָל פון זיך ניט אַראָפּנעמען דעם רע פון מצרים, קען ניט זיין „שיגאלו" — אינגאַנצן אַרויס פון מצרים — מ'גייט אַרויס פון ארץ מצרים און דער רע של מצרים איז אין זיילא!
118האָט מען זיי דעריבער געגעבן צוויי מצותלב: איין מצוה וואָס טוט אויף „עשה טוב" — און דאָס איז דם מילהלג, וואָס ברענגט אַריין די אידן בברית מיטן אויבערשטןלד; און איין מצוה וואָס טוט אויף אין זיי „סור מרע" (אַראָפּנעמען דעם רע פון מצרים) — און דאָס איז דם פסחלג (כדלקמן סעיף ז).
[דערמיט ווערט בעסער פאַרשטאַנדיק וואָס מ'איז מדגיש אַז מען האָט זיי געגעבן דם פסח אַלס אַ מצוה להתעסק בה כדי שיגאלו — דלכאורה: דער עיקר מצוה פון קרבן פסח (אויך אין פשוטו של מקרא), איז — די אכילת הפסחלה
(ווי מ'זעט עס גלייך ביי לקיחת השה, אַז עס דאַרף זיין „שה לבית" אין אַן אופן פון „מכסת נפשות איש לפי אכלו גו'"לו, דוקא איינער וואָס איז „ראוי לאכילה, פרט לחולה כו'"לז)?
וע"פ הנ"ל איז עס פאַרשטאַנדיק. ווייל דם הפסח איז מדגיש די שלילה*37 — מבטל זיין דעם רע פון מצרים].
ז. ווי אַזוי איז דם פסח פאַרבונדן מיט „סור מרע"?
אויך: וויבאַלד אַז „לא היו בידם מצות", איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מצות וואָס „נתן להם" זיינען מצות כלליותלח; וע"ד מצות מילה וואָס איז (ניט נאָר אַ מצוה פרטית, נאָר) אַ מצוה כללית, ס'איז דער „אות ברית ביני וביניכם"*38 — דאַרף מען זאָגן, אַז אויך דם פסח טוט אויף אַן ענין עיקרי וכללי (אין „סור מרע"). וואו זעט מען דעם ענין כללי בזה?
איז רש"י ממשיך „ושהיו שטופים באלילים א"ל משכו וקחו לכם, משכו ידיכם מאלילים וקחו לכם צאן של מצוה" — דער פסח האָט מבטל געווען דאָס וואָס אידן זיינען געווען „שטופים119(ניט סתם רגיל) באלילים" (ניט אין אַן ענין בלתי רצוי סתם):
מ'האָט שוין געלערנט אין פ' ואראלט, אַז צאן איז געווען די עבודה זרה פון מצרים. קומט אויס, אַז דאָס עצם נעמען פון אַ שה — „יראת מצרים"מ — צוליב „ושחטו אותו", דאָס גופא האָט זיי אָפּגעריסן פון ע"זמא, ויתרה מזה — באופן פון לשחטו, היפך לגמרי פון „שטופים באלילים". וכדלקמן.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס די לקיחת השה האָט געמוזט זיין ארבעה ימים פאַר דער שחיטה:
ח. בכדי אַז ביי אַ בן חמש למקרא זאָל זיך בעסער אָפּלייגן מאמרו של רמב"ח, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס עס איז דאָ אַ „שבועה שנשבעתי לאברהם שאגאל את בניו", דאַרפן אידן אָנקומען צו „מצות להתעסק בהם כדי שיגאלו"מח,
ברענגט רש"י אַז דער בעל המאמר איז ר' מתיא בן חרש, און אָט דעם מאמר — „הי' רמב"ח אומר", ער פלעגט עס כסדר איבערזאָגן צו זיינע תלמידים — ווייל דאָס איז געווען אַ ביאור אויף זיין הנהגה נמשכת:
120די גמראמט דערציילט אין סנהדרין אַז די ישיבה פון רמב"ח איז געווען אין רומי. בימיו זיינען געווען נאָך ישיבות, אויך אין א"י, אָבער זיין ישיבה (וב"ד) — די גרעסטע בימיונ — איז געווען אין רומי דוקא.
ולכאורה: פאַרוואָס האָט ער געמאַכט זיין ישיבה אין רומינא, אַ זאַך וואָס האָט גורם געווען אַז מ'זאָל דאַרפן גיין פון אַנדערע ערטער קיין רומי צו זיין ישיבה — ווי די גמרא זאָגט דאָרט „צדק צדק תרדוף, הלך אחר חכמים לישיבה . . . אחר ר' מתיא לרומי", און ניט געמאַכט זיין ישיבה אין א"ינב (ע"ד ווי ר' עקיבא וואָס „אחר רבי עקיבא לבני ברק"מט וכיו"ב)?
דערויף זאָגט מען „הי' רמב"ח אומר כו'" — ער פלעגט כסדר מנחם זיין זיינע תלמידים אויף זייער געפינען זיך אין רומי, אַז די גאולה איז אָפּהענגיק אין דעם אַז מ'זאָל אין (אַ מצב פון) רומי מאַכן אַ ישיבה — געפינען אַ איד וואָס איז אין אַ מצב פון רומי („ערום וערי'") און אים מאַכן אויס „רומי" נאָר אַ יושב בישיבה, און אין אַן אופן פון „להתעסקנג בהם", דאָס ווערט זיין עסק. און פאַר דעם צוועק געפינט זיך זיין ישיבה אין רומי, אין מקום הגלותנד, צו העלפן יענעם אידן און דורך דעם ברענגען די גאולה.
ט. פון דעם האָט מען אויך — די הוראה לימינו אלה:
זייענדיק אין דער טיפעניש פון גלות זה האחרון, גלות רומי, און וויסנדיק דעם פסק חז"ל אַז שוין בזמנם „כלו כל הקיצין"נה — טענה'ן אידן: מ'איז שוין אין גלות באַלד צוויי טויזנט יאָר — וויפל איז דער שיעור צו מאַטערן אידן אין גלות?!
אויף דעם זאָגט רש"י, אויב מ'וואָלט געדאַרפט ניט מער ווי אַרויסגיין פון גלות, וואָלט מען שוין לאַנג פטור געוואָרן פון גלות; אָבער דער אויבערשטער וויל אַז דער אַרויסגיין פון יעדער אידן זאָל ניט זיין אין אַן אופן פון „ערום וערי'", ער וויל אַז מ'זאָל האָבן מצות וכו'.
וע"ד ווי ביי יצי"מ, וואו ס'איז געווען די הבטחה „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"נו — האָבן אידן גע'טענה'ט, אַז זיי זיינען גרייט צו מוותר זיין אויפן רכוש גדול אַבי וואָס גיכער אַרויסגיין פון גלותנז; אָבער דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז מ'זאָל אַרויסגיין ברכוש גדול מיט אַלע פירושים שבזהנח.
121יו"ד. און דאָס איז אויך איינער פון די רמזים אין דער פרשה אויפ'ן יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר — יו"ד שבט — וואָס זיין הסתלקות איז געווען בשבת פ' באס:
דער רבי האָט זיך אַליין משתדל געווען בהפצת התורה ומצותי' ביז צו מסירת נפש, און ביז צו פאַרשפּרייטן קיום מצות מעשיות צווישן יעדער סוג אידן, ביז צו מתעסק זיין זיך בזה מיט אַן איינצעלנעם אידן, כמפורסם כו"כ סיפורים אין דעם,
און אין אַן אופן — ווי ער האָט געטייטשט אין אַ שיחהסא — „כי תראה ערום וכסיתו ומבשרך לא תתעלם, אַז מיא זעהט אַ אידן אַ נאַקעטען אָהן ציצית און אָהן תפילין, וכסיתו" [ע"ד ווי ר' מתיא בן חרש זאָגט — „ואת ערום וערי' ונתן להם שתי מצות"סב];
און צוליב דער עבודה האָט ער געהאָט זיין ישיבה דוקא אין חוץ לארץ, בתוך הגולהסג, און דאָרט גופא — בתוך העיר, אין „קול המונה של רומי"סד, אַז דאָרט זאָל מען אויפזוכן אידן וואָס זיינען אין אַ מצב פון „ערום וערי'" און געבן זיי איין מצוה, צוויי מצות וכו' „להתעסק בהם" והולך ומוסיף ואור.
— וואָרום וויבאַלד אַז אין דער גאולה פון גלות זה האחרון וועט קיין איין און איינציקער איד ניט בלייבן אין גלותסה, דאַרף מען אויפזוכן יעדן אידן, וואו ער זאָל זיך נאָר געפינען, און באַוואָרענען אַז ער זאָל האָבן לכל הפחות אייןסו מצוה, ער זאָל ניט זיין קיין „ערום"סז — ווייל אין דעם הענגט אָפּ די גאולה פון גאַנץ כלל ישראל.
און דורך דעם וואָס „נלכה באורחותיו נס"ו"סח אין אָט דעם אופן, וועט דאָס פועל זיין ומידסט דעם — „(כדי ש)יגאלו", והקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם, במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ בא תשל"ז)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר