123ב. פסח מצרים איז דער מקור ושורש אויף פסח (ומצה של) דורות — איז מובן, אַז דער ענין הנ"ל ביי פסח מצרים (אַז אַלס הכנה צו יצי"מ איז דאָ אַ נתינת מקום אויף מצה עשירה) דאַרף זיין (דוגמתו) אויך אין פסח דורות:
עס שטייט אין מרדכיז, אַז „בזמן שביהמ"ק קיים היו עושין כל הסדר אחר הסעודה ולא היו אוכלין מצת מצוה אלא לאחר שמלאו כריסן כו'", און „בימיהם היו אוכלין מצה עשירה על סעודתן"ח (כדי אַז די ברכת המוציא פון דער סעודה זאָל ניט זיין אויף אַ מצה מיט וועלכער מ'וועט שפּעטער — ביים סדר — מקיים זיין מצות אכילת מצהט).
און כעין זה געפינט מען אויך בזמן הזה (כאָטש מ'פּראַוועט דעם סדר פאַר דער סעודה): דער דין איז, אַז ערב פסח (קודם שעה עשירית), הגם מ'טאָר ניט עסן קיין מצהי, איז אָבער „מותר לאכול מצה עשירה"יא. וי"ל, אַז דאָס גופא וואָס שו"ע (תורה) איז מתיר לכתחילה בפשטותיב צו עסן דאַן מצה עשירה, באַווייזט, אַז ערב פסח (ווען מ'מאַכט די הכנות צו פסח ויצי"מ) האָט תורה געגעבן אַן אָרט אויף מצה עשירה.
ג. אין דעם ציווי פון אכילת לחם עוני (הנ"ל), איז דער פסוק מסביר דעם טעם הציווי — „כי בחפזון יצאת מארץ מצרים" (ובמילא — „לא הספיק בצק להחמיץ"יג);
ד. פון דעם זעלבן פסוק הנ"ל (מהתחלתו) — „לא תאכל עליו חמץ שבעת ימים תאכל עליו מצות גו'" — לערנט מען אָפּטו, אַז מ'קען יוצא זיין חובת מצה נאָר מיט „דברים הבאים לידי חימוץ".
[און די שייכות וטעם פון „כי בחפזון יצאת גו'" אויף דעם דין — קען מען זאָגן בפשטות: וויבאַלד אַז ביי פסח מצרים איז געווען אַ בצק וואָס האָט געקענט ווערן חמץ און נאָר מצד דעם „חפזון" איז „לא הספיק . . להחמיץ" — דאַרף אויך די מצה וואָס מ'עסט אַלס זכר ליצי"מ זיין פון „דברים הבאים לידי חימוץ", און ס'מוז זייןטז אַ סיבה צו מונע זיין דאָס, מ'דאַרף עס היטן פון חימוץ, זכר ליצי"מ — אויפן פרט פון „בחפזון יצאת גו'"].
און היות אַז אויף די ביידע דינים — (א) מצה עשירה, (ב) דברים שאין באים124לידי חימוץ — זאָגט דער פסוק דעם זעלבן טעם („כי בחפזון יצאת גו'"), איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די צוויי סוגי מצה הנ"ל, האָבן, בכללות, דעם זעלבן חסרון לגבי יוצא זיין מיט זיי דעם חיוב פון אכילת מצה.
לאידך גיסא געפינט מען, אַז כאָטש דער דין פון מצה עשירה איז געזאָגט געוואָרן ערשט ביי פסח דורות (כנ"ל סעיף א'), איז אָבער אויך ביי פסח מצרים שוין געווען דער (כללות ה)דין, אַז די מצה פון ליל פסח מוז זיין (פון אַזאַ בצק וואָס) „יכולה לבוא לידי חימוץ"יז — ווי מען לערנט עס אָפּ (אין ירושלמייח) פון פסוקיט „ושמרתם את המצות", אַז מ'איז יוצא נאָר מיט „מצה שצריכה שימור"כ. ד. ה. אַז כאָטש ביי פסח מצרים האָט מען געקענט יוצא זיין אכילת מצה מיט מצה עשירה — האָט עס אָבער געדאַרפט זיין אַזאַ, וואָס „צריכה שימור" [לדוגמא: דורך אַריינמישן וואַסער מיט די מי פירות, וואָס דאַן איז די עיסה באה לידי חימוץ, ואדרבה — ממהרת להחמיץכא].
„לחם עוני" איז פון אַ טייג וואָס האָט בלויז קמח ומים — וואָס מים האָבן ניט (און גיבן ניט) קיין טעם; מצה עשירה איז פון אַן עיסה וואָס ווערט געקנאָטן מיט יין, שמן, דבשכב (אָדער אַנדערע מי פירותכג), וואָס גיבן אַ טעם אין דער עיסה.
דער ענין אין עבודהכד: „לחם עוני" איז די עבודה פון קבלת עול (ניט מצד „געשמאַק"): כאָטש ער האָט ניט קיין הסברה בשכלו און (במילא) ניט קיין געשמאַק אין עניני אלקות, פונדעסטוועגן דינט ער דעם אויבערשטן מצד קבלת עול; „מצה עשירה" איז די עבודה מצד טעם ודעת, וואָס אין דער עבודה איז פאַראַן אַ „טעם", אַ געשמאַק.
125בשעת די עבודה פון אַ אידן איז נאָר מצד קבלת עול אָן דעם „טעם" פון שכל ומדות, איז ער דאָך אין אַ מצב אַז מצד שכל ומדות איז ביי אים דאַ אַן אָרט אויף ניט טאָן אַזוי, אויף רע, נאָר מיטן כח פון קבלת עול איז ער כופה דעם רע (אתכפיא) און איז עובד הוי'; ווען די עבודה איז אָבער מצד טעם ודעת (ובשלימותה), זיינען שכל ומדות שולל די אפשריות צו טאָן היפך רצון העליון — ס'איז ניטאָ קיין רע (אתהפכא).
און דאָס איז דער קשר צווישן די צוויי סוגי מצה [(א) מצה עשירה (ב) פון דברים שאין באים לידי חימוץ] — ווייל, בפנימיות הענינים, איז איין פרט אַ תוצאה פון צווייטן: עבודה אין אַן אופן פון „מצה עשירה" (בשלימותה) — מצד שכל ומדות — איז שולל בדרך ממילא די אפשריות אויף חימוץ ורעכה [ווי מצה עשירה כפשוטה, וואָס (ע"ד הרגילכו) קען זי ניט קומען לידי חימוץ];
דוקא (די עבודה פון) „לחם עוני" — קבלת עול — גיט אַן אָרט אויף חמץ ורע (יכול לבוא לידי חימוץ), נאָר מ'איז כופה דעם רע און מ'דערלאָזט ניט צו התפשטות הגבהה וחימוץ — דורך „ושמרתם", עבודה והתעסקות.
ו. די צוויי אופני עבודה זאָגן זיך אַרויס, בכללות, אויך אין די צוויי אופנים כלליים פון גאולה — גאולת מצרים און גאולה העתידה:
ביי יציאת מצרים שטייטכז „כי ברח העם" (חפזון), ווייל „הרע שבנפשות ישראל עדיין הי' בתקפו"כח, און דעריבער האָט מען געמוזט אַנטלויפן פון רע („טומאת מצרים"כח) — וואָס דאָס איז דער ענין פון „לחם עוני", די עבודה פון אתכפיא; משא"כ לעתיד לבא וועט זיין „לא בחפזון תלכו"כט, „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ"ל, אַ מצב פון אתהפכא — מצה עשירה.
און דאָס איז דער ביאור וואָס „בחפזון יצאת גו'" איז אַ טעם פאַרוואָס די מצה פון ליל פסח קען ניט זיין קיין מצה עשירה (און ניט פון דברים שאין באים לידי חימוץ): וויבאַלד אַז „בחפזון יצאת גו'", ווייל דער רע איז נאָך געווען בתקפו (כנ"ל)לא, דעריבער פאָדערט זיך די עבודה פון קבלת עול ואתכפיא — „לחם עוני" דוקאלב.
ז. דאָס וואָס מ'איז פסח ניט יוצא מיט מצה עשירה, איז ניט נאָר ווייל איר ענין איז ניט בדומה צו גאולת מצרים, וואָס איז געווען אין אַן אופן פון „ברח העם" [קבלת עול ואתכפיא כנ"ל] — נאָר אויך דערפאַר וואָס אין לחם עוני (און אַזוי אויך — בגאולת מצרים) איז פאַראַן אַ יתרון לגבי מצה עשירה (והגאולה דלעת"ל):
כאָטשלג אַז ביי אתהפכא (מצה עשירה) ווערט דער רע אינגאַנצן בטל, איז אָבער דאָ אַ מעלה אין אתכפיא, וואָס126דוקא די עבודה איז פאַרבונדן מיט יגיעת האדם, צו לוחם זיין מיטן מנגד און נייטען דעם רע.
אין אַן אַנדער סגנון: דער ענין פון אתהפכא דריקט אויס ווי דער מענטש ווערט מיוחד מיט אלקות דורך דעם וואָס ער איז זיך מזכך ביז אַז זיין מציאות לאָזט ניט קיין אָרט אויף רע; אין אתכפיא דריקט זיך אויס דער ביטול און אַוועקלייג צו אלקות — אַז כאָטש מצד זיין שכל ומדות איז דאָ אַן אָרט אויף רע, נייט ער זיך, ער טוט היפך ווי עס מאָנט זיך מצד זיין מציאות, און איז מקיים דעם רצון העליון.
און דאָס איז איינער פון די ביאורים וואָס אויך ביי דער גאולה העתידה וועט זיין דער זכר פון יציאת מצריםלד — ווייל דער תכלית הכוונה איז, אַז עס זאָלן זיין ביידע מעלות: אויך ווען מ'האַלט ביי אתהפכא — דער זיכוך פון דער מציאות האדם בתכלית ביז ס'איז אינגאַנצן ניטאָ קיין אָרט אויף רע — זאָל אויך זיין די מעלה פון אתכפיאלה (גאולת מצרים), דער ביטול פון דעם אדם, וואָס דריקט זיך אויס אין עבודה ויגיעה.
ח. דער אַלטער רבי איז מסביר אין תו"אלו, אַז דאָס וואָס עס שטייט ביי גאולת מצרים „ואנכי אעלך גם עלה"לז — צוויי עליות — מיינט דאָס אויך די צווייטע עלי' וואָס וועט זיין בגאולה העתידה;
במילא מובן, אַז (פּונקט ווי דער ענין פון גאולת מצרים וועט מען „דערמאָנען" — ער וועט ווירקען — ביי דער גאולה העתידה, אַזוי איז אויך לאידך גיסא, אַז אויך) ביי גאולת מצרים דאַרף זיך אָנהערן די (הבטחת ודיבורלח הקב"ה בנוגע דער) גאולה העתידה.
די הסברה אין דעם: ווי אַזוי קען מען פּועל'ן ביי זיך, אַז אויך ווען דער רע איז בתקפו [און אפילו נאַכן ברעכן זיך בלייבט ווייטער דער רע בתקפו (ווי ביי יצי"מ, וואָס עס האָט געדאַרפט זיין „ברח העם")] — זאָל מען האָבן די שטאַרקייט צו לוחם זיין מיטן רע (ולנצחו) — איז מסייע בזה די הכרה והרגשה, אַז סו"ס וועט די עבודה פון אתכפיא ברענגן צו אתהפכא.
ט. דאָס וואָס מ'דערמאָנט די גאולה העתידה ביי גאולת מצרים מיינט ניט נאָר אַז מ'איז מודיע אַן ענין וואָס וועט זיין בעתיד, נאָר ס'איז אויך אַ נתינת כח אַראָפּצוטראָגן דאָס אין עבודת האדם בהווה — אַז גלייך בתחילת העבודה (גלות מצרים) זאָל זיין אַ „מעין" פון גאולה העתידה.
לכאורה קען מען פרעגן: וויבאַלד מ'האַלט נאָך בתחילת העבודה און דער רע איז נאָך בתקפו — ווי קען זיין (אפילו) אַ „מעין" פון גאולה העתידה,127וואָס ענינה איז אתהפכא (אַז ס'איז ניטאָ קיין רע) ?
איז דער ביאור אין דעם: כאָטש אַז בתחילת העבודה איז ניטאָ דער ענין פון ביטול (מציאות) הרע, וואָס דערפאַר איז די עבודה בדרך מלחמה וקבלת עול (כנ"ל סעיף ה') — דאַרף אָבער דער ביטול וקב"ע זיין ניט (נאָר) בדרך הכרח, נאָר מ'דאַרף דעם ביטול גופא „פאַרבינדן" מיט „מציאות" האדם — אַז אויך זיין שכל ומדות זאָלן „מסכים" זיין אויף דעם ביטול וקב"ע, וואָס דאַן איז זיין עבודה פון קבלת עול מיט אַ געשמאַק.
ד. ה. אַז די גאולה העתידה שבגאולת מצרים איז ניט די עבודה פון שכל ומדות בפ"ע [וואָס ברענגט סו"ס צו אתהפכא, כנ"ל ס"ה] — נאָר אַ פרט אין עבודת האתכפיא (דגאולת מצרים), אַז די עבודה פון קב"ע איז מתוך תענוג.
[און עד"ז אויך דער ענין פון גאולת מצרים וואָס וועט דערמאָנט ווערן לעתיד לבא — איז עס אַ „פרט" אין דער גאולה העתידה: דער עיקר העילוי לעתיד איז — זיכוך מציאות האדם (אתהפכא); נאָר דער זיכוך וועט זיין ניט מדוד ומוגבל בלויז אויף אַזויפיל וויפל ער (מצד זיין „מציאות") איז זיך מזכך, נאָר מער פון די מדידות פון זיין מציאות (מעלת הביטול)].
יוד. דאָס איז אויך די הסברה פאַרוואָס די מצה וואָס אידן האָבן געגעסן אין מצרים (אַלס הכנה צו יציאת מצרים) האָט געקענט זיין מצה עשירהלט, אָבער, לאידך גיסא, האָט עס געמוזט זיין אַ „מצה שצריכה שימור":
מצד דער התכללות פון גאולה העתידה אין גאולת מצרים, איז דאָ אַן אָרט פאַר מצה עשירה אויך אין מצרים; אָבער דאָס וואָס אין מצרים קען זיין אַ „מעין" דלעתיד, איז נאָר אין דעם פרט פון „עשירה" — אַז די קבלת עול גופא זאָל זיין מיט אַ „טעם" און געשמאַק; אָבער ניט דער ענין פון אינה „יכולה לבוא לידי חימוץ" (אתהפכא), וואָס דאָס קען ניט זיין ווען דער רע איז נאָך בתקפו.
יא. דאָס איז אָבער שייך נאָר ווען מ'איז נאָך געווען אין מצרים, פאַר דער גאולה; אָבער אַרויסגייענדיק פון מצרים נאָך דער גאולה [און אַזוי אויך די מצה וואָס מיר עסן בליל פסח, זכר ליציאת מצרים] מוז זיין „לחם עוני" דוקאמ.
די הסברה בזה: דורך יציאת מצרים האָט זיך אויפגעטאָן אַז אידן זיינען געוואָרן אויס „עבדי פרעה" און זיינען128געוואָרן „עבדי ה'"מא. ד. ה. זיי האָבן דעמאָלט געהאַלטן ביי קבלת מלכותו ית'מב, וואָס קומט פריער פאַר דעם קבלת עול אויף צו מקיים זיין די ציוויי ה' [וכלשון חז"למג: יקבל עליו עול מלכות שמים תחילה ואח"כ יקבל עליו עול מצות].
און אין דעם טאָר זיך ניט אַריינמישן אַן ענין פון „מציאות" האדם — ע"ד ווי חז"למד זאָגן אַז מאן דמחוי במחוג קמי' מלכא איז זיין עונש דער היפך החיים; און דערפאַר טאָר אין דעם ניט זיין דער „טעם" און געשמאַק פון מצה עשירה, ווייל קבלת מלכותו של הקב"ה (ווערן עבדי ה') איז נאָר דורך „לחם עוני"45*), ביטול בתכלית.
(משיחות אחש"פ וש"פ שמיני תשכ"ו)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר