לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים טו
645פקודי
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דער חנוכת
ברוקלין, נ. י.
ה' עליהם יחיו
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער פאָרשטייענדער חנוכת הבית פייערונג. ויהי רצון אַז עס זאָל זיין מיט הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
אַזוי ווי — בהשגחה פרטית — איז די פייערונג באַשטימט געוואָרן אויף מוצאי שבת־קודש פ' פקודי, דאַרף מען אַרויסנעמען אַן אָפּלערנונג וואָס האָט אַ ספּעציעלע שייכות צו דער מסיבה, אין איינקלאַנג מיט דעם באַוואוסטן וואָרט פון אַלטן רבי'ן, אַז „מ'דאַרף לעבן מיט דער צייט" — פון דער פרשת השבוע.
פ' פקודי הויבט זיך אָן מיט אַ סהכל פון די ביישטייערונגען צום משכן און דערציילט ווייטער ווי דער משכן, מיט אַלע זיינע אויסריכטונגען, איז ענדגילטיג אויפגעשטעלט געוואָרן, לויט אַלע אָנווייזונגען פון דעם אויבערשטן, און דאָס האָט אַראָפּגעבראַכט די ג־טלעכע שכינה צווישן די אידן, לויט דעם ־טלעכן צוזאָג ושכנתי בתוכם — „איך וועל רוען צווישן זיי"
ווי באַוואוסט, האָבן זיך אין דעם משכן באַטייליגט אַלע אידן, מענער און פרויען, אָבער די פרויען זיינען געווען די ערשטע וועלכע האָבן זיך אָפּגערופן מיט זייערע ביישטייערונגען צום משכן, מיט אַ מוסטערהאַפטע באַגייסטערונג און אָפפערוויליגקייט.
און כאָטש, בזמן הזה, פעלט דער משכן און בית המקדש (אין גשמיות), איז דאָך אָבער די תורה און אַלע ענינים אין תורה — נצחיות'דיגע (אייביגע). איז בשעת מ'לייענט אַלע יאָר אין דער תורה (מיט די ברכות פאַר און נאָכן לייענען) איז דאָס ניט סתם לזכרון, צו דערמאָנען זיך וועגן דעם משכן און בית המקדש פון אַמאָל; נאָר ווייל דער ענין פון משכן און מקדש — אין דעם אינערלעכן, גייסטיגען און אייביגען זין — איז שטענדיג פאַראַן646באַ אידן, אין אַלע צייטן. און דאָס איז אויך דער ענין פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם — בתוך כל אחד ואחת, בזמן הזה — אַז די ג־טלעכע שליחות פון יעדן אידן, מאַן און פרוי, איז אַרויסצוברענגען בפועל אַז די גטלעכע שכינה זאָל רוען באַ זיך און אַרום זיך, באַ אַלע אידן, דורכדעם וואָס די ג־טעגלעכע הנהגה איז אין איינקלאַנג מיט דעם ג־טלעכן רצון, לויט זיין תורה און מצוות.
און אויב אַזוי דאַרף זיין אַ גאַנץ יאָר, על אחת כמה וכמה אין דער צייט ווען מ'לייענט אין דער תורה וועגן משכן, און בפרט ווען מ'פאַרזאַמלט זיך באַ אַ חנוכת הבית מסיבה פון אַ מוסד וואָס דערציט אידישע טעכטער לויט דעם מוסטער פון די בויערס פון משכן, זיי זאָלן קענען דורכפירן זייער שליחות אַלס „עקרת הבית" אין דער פולסטער מאָס, אַז דאָס גאַנצע הויז און הויזגעזינד זאָל זיך פירן ווי עס באַדאַרף צו זיין אויף די אייביגע יסודות פון תורה און מצוות, קדושה און טהרה.
דער זכות פון אַלע אַנטיילנעמער אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון „בית רבקה" — בממונם בגופם ובנשמתם (מיט געלט, טעטיקייט, און באַגייסטערונג) — וועט זיכער ביישטיין יעדן איינעם און איינע מיט די בני־בית שיחיו צו מצליח זיין אין דאָס אַלעס אויבנגעזאָגטע און אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות, און אַלץ זאָל זיין בשמחה וטוב לבב, בפרט אַז די מסיבה קומט פאַר אין דעם חודש פון „מרבין בשמחה" און „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר" — מיט אַלע פירושים — כן תהי' לנו ולכל ישראל.