Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ יתרו, כ"ף שבט ה'תשנ"ב
331משיחות ש"פ יתרו, כ"ף שבט ה'תשנ"ב
א. די עשרת הדברות שטייען צוויי מאָל אין תורה — דעם ערשטן מאָל אין אונזער פרשה, פרשת יתרוא, און דעם צווייטן מאָל בספר משנה תורה אין פרשת ואתחנןב.
מען דאַרף במיוחד פאַרשטיין דעם אינהאַלט פון די צוויי מאָל: וויבאַלד אַז די עשרת הדברות זיינען אַן עיקר ויסוד אין גאַנץ תורה, און זיי זיינען כולל כל התורה כולהג, דאַרף מען זאָגן אַז די צוויי מאָל — די „דברותד הראשונות" אין פ' יתרו און די „דברותד האחרונות"ה אין פ' ואתחנן — ברענגען אַרויס צוויי ענינים אין תורה בכלל.
ובפרט אַז עס זיינען פאַראַן כמה שינויים צווישן די „דברות הראשונות" (אין פ' יתרו) און די „דברות האחרונות" (אין פ' ואתחנן), ווי ערקלערט אין מדרשי חז"לו און אין מפרשיםז. ומסתבר לומר אַז די שינויים פרטיים פון די צוויי מאָל זיינען אַ תוצאה פון דעם חילוק כללי ביניהם, כדלקמן.
ב. אַ כללות'דיקער און עיקריות'דיקער אונטערשייד צווישן די דברות הראשונות און די דברות האחרונות — אויך בפשטות הענינים — איז, אַז די דברות הראשונות (בפ' יתרו) זיינען ווי דער אויבערשטער אַליין זאָגט זייח (באַ מתן תורה) — „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר"ט, און די דברות האחרונות זיינען אַ חלק פון דברי מש הי, ווי משה רבינו חזר'ט עס
6) ב"ק שם. ועוד.
7) ראב"ע (פרשתנו כ, א. ואתחנן ה, טז), רמב"ן (פרשתנו כ, ח. ואתחנן ה, יב), כלי יקר (פרשתנו שם) ועוד. מפרשי רש"י פרשתנו וואתחנן שם. ועוד. וראה תו"ש חט"ז מילואים סי"ב (ע' רלח ואילך). וש"נ.
8) ואמר הקב"ה כל עשרת הדברות בדיבור אחד (פרש"י פרשתנו כ, א), וגם כאשר „חזר ופירש על כל דבור ודבור בפני עצמו" (שם), ובנ"י „לא שמעו מפי הגבורה אלא אנכי ולא יהי' לך" ושאר הדברות הי' „משה מדבר ומשמיע . . לישראל" (פרש"י שם יט, יט), ה"ז פירוש הדיבור ששמעו מפי הקב"ה (בדיבור א'), ובפרט לפי הפירוש שבחזרה על הדברות חזר גם הקב"ה בעצמו ופירש (בשבילם) כל דבור ודבור (ראה לקו"ש חי"א ע' 160 בהערות, וש"נ).
9) פרשתנו כ, א.
10) כלומר: אף שגם דברות האחרונות הם דבר ה' (כמ"ש לאחרי סיום העשה"ד בואתחנן (ה, יט): „את הדברים האלה דיבר ה' אל כל קהלכם"), ונאמרו ע"י הקב"ה עצמו (כמאחז"ל (ר"ה כז, א. שבועות כ, ב) „זכור ושמור בדיבור אחד נאמרו, מה שאין הפה יכולה לדבר ואין האוזן יכולה לשמוע",332איבעריא (בשנת הארבעים) אין ספר משנה תורהיב („אלהיג הדברים אשר דיבר משה")יד.
והיות אַז ביידע דברות — זיינען אַ חלק פון תורה הנצחיתטו, ותורה מלשון הוראהטז — איז מובן אַז ביידע אופנים באמירת עשרת הדברות (דבר ה' עצמו, און דבר ה' ווי איבערגעגעבן דורך משה) זיינען פאַראַן בכל עניני התורה, און אין דער עבודה פון אַ אידן בלימוד התורה און אין קיום המצוות בכלל, במשך כל הזמנים.
ובפרט ע"פ דברי חז"ל אַז לימוד התורה דאַרף זיין באופן אַז בכל יום יהיו בעיניך חדשיםיז, פּונקט ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאָל (וואָס דערפאַר זאָגט מען אין ברכת התורה „נותן התורה" — לשון הוהיח), ביז אַז „מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע"יט — איז מובן, אַז די ביידע אופנים אין אמירת עשרת הדברות, דאַרפן זיין אין עבודת האדם בכל יום ויום.
וצריך ביאור: וואָס קומט צו דורך די דברות האחרונות שאמר משה לגבי די דברות הראשונות וואָס די אידן האָבן געהערט פון דעם אויבערשטן אַליין?!
333(א) תורה מצד עצמה איז „חמדהכ גנוזה שגנוזה לך . . קודם שנברא העולם"כא, זייענדיק חכמתו ורצונו של הקב"הכב, ביז אַז תורה איז איין זאַך מיט עצמותו ית' — „אורייתא וקוב"ה כולא חד"כג.
(ב) דערנאָך איז תורה „נסעה וירדה בסתר המדרגות ממדרגה למדרגה בהשתלשלות העולמות עד שנתלבשה בדברים גשמיים וענייני עולם הזה כו'"כד. און באַ מתן תורה איז די תורה געגעבן געוואָרן צו אידן למטה בארץ דוקא (ביז אַז תורה „לא בשמים היא"כה), אַז אידן נשמות בגופים דאַרפען לערנען תורה און פסק'נען שאלות ע"פ שכלם והבנתם הם (בשכל דלמטה). נוצן תורה ומצוות אויף איבערמאַכן די גשמיות'דיקע וועלט און מאַכן פון איר אַ דירה לו יתברך בתחתוניםכו.
ד. פון די צוויי דרגות אין תורה קומען אַרויס אויך צוויי ענינים וואָס דאַרפן זיין אין לימוד התורה פון אַ אידן:
(א) די ידיעה און הכרה אַז תורה איז חכמתו ורצונו ית', העכער פאַר כל עניני העולם כולל שכל האדם — ברענגט אַרויס דעם הרגש הביטול פון דעם אדם הלומד צו דעם אויבערשטן. און אַז פאַר דעם לימוד דאַרף ער מאַכן ברכת התורהכז („ברוך אתה ה' כו' ונתן לנו את תורתו"), „אע"פ שאינו מבין אפילו פירוש המלות" (בתושב"כ)כח.
נאָכמער: זיין ביטול דאַרף זיין עד כדי כך, אַז ער פילט זיך ניט פאַר אַ מציאות בפ"ע, נאָר צו אַרויסברענגען דעם דבר ה' שבתורה — כמ"שכט „תען לשוני אמרתך", „שהתורה היא אמרתך אלא שלשוני תען כעונה אחר האומר מה שהוא אומר"ל. דאָס הייסט, אַז נוסף אויף דעם וואָס „כל הקורא ושונה הקב"ה קורא ושונה כנגדו"לא (אַז זיין קריאה ולימוד בתורה איז גורם כביכול די קריאה ולימוד של הקב"ה), איז נאָכמער: דער דיבור האדם עצמו איז דער דיבור של הקב"ה, באופן פון „אדנ"י שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך"לב, „דברי אשר שמתי בפיך"לג, ע"ד שכינה מדברת מתוך גרונולד!
און דעריבער זאָגן חז"ל „מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע" („שלכאורה אינו מובן דמיון זה מה להלן כו' אף כאן כו' שהרי במעמד הר סיני וכל העם רואים את הקולותלה ופב"פ דיבר ה'לו משא"כ בעסק התורה של כל אדם334כשלומד בפני עצמו"ל) — ווייל „גם העסק התורה שבכל א' ובכל זמן הוא דבר ה' ממש שנאמר למשה מסיני („וידבר אלקים את כל הדברים האלה"), ועל ידי זה תפול עליו אימה ויראה כאלו קבלה היום מהר סיני"ל.
(ב) די ידיעה אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן למטה בארץ דוקא, צו אים אַלס אַ נשמה בגוף — ברענגט אַרויס ביי אַ אידן אַז עס דאַרף זיין אַ מציאות פון אַן אדם, און אַז ער זאָל לערנען תורה און זיך משתדל זיין צו פאַרשטיין בשכלו די תורה וואָס ער לערנט, ביז אין אַן אופן אַז תורת ה' (שנקראת על שמו של הקב"ה) ווערט „נקראת על שמו"לז פון דעם מענטשן („תורתו"לח), „תורה דילי' היא"לט (און דערפאַר איז „הרב שמחל על כבודו כבודו מחול"מ), ער ווערט אַ בעה"ב (כביכול) אויף תורה.
ה. ועד"ז קומען דערפון אַרויס אויך צוויי ענינים אין דעם תכלית פון נתינת התורה והמצוות למטה — לעשות לו יתברך דירה בתחתונים, וואָס ווערט אויפ־
אוצר החתם געטאָן דורך תורה ומצוות:
(א) עס זאָל זיין אַ „דירה לו יתברך", וואָס דערצו דאַרף מען האָבן תורה — „אורייתא וקוב"ה כולא חד" — וואָס זאָל אויפטאָן די המשכה וגילוי פון עצמותו יח'מא
(ב) עס זאָל זיין אַ מציאות פון „תחתונים", און אַ איד — אַ נשמה בגוף — געפינט זיך, צוזאַמען מיט דער תורה שירדה למטהמב, אין תחתונים, און פירט זיך לויט די גדרים ומנהגים פון „תחתונים", בכדי דאָרטן קענען אויפמאַכן (אין די תחתונים ווי זיי בלייבן אין זייער גדר ומהות) אַ דירה לו יתברך, דורך אויסנוצן די גדרים והנהגות גופא ע"פ הוראות התורה אויף מאַכן זיי אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן.
כפשטות ענין הדירה: בכדי שאַפן אַ דירה אין אַ געוויסן אָרט און מיט געוויסע זאַכן (תחתונים), דאַרף זיין „אזלת לקרתא (און נאָכמער —) הלך בנימוסי'"מג: מען דאַרף גיין און זיך באַזעצן אין דעם אָרט („אזלת לקרתא"), און נאָכמער — באופן פון התלבשות — „הלך בנימוסי'", זיך פירן לויט די מנהגי ונימוסי המקום, וואָס דוקא דעמולט איז שייך אַז ער זאָל זיך אין דעם אָרט באַזעצן באופן אַז דאָס זאָל ווערן זיינע אַ דירה, דורך אויסנוצן די מנהגי ונימוסי המקום אויף צו שאַפן זיין דירה און איר פאַרברייטערן און שענער מאַכן * וכו' (משא"כ אויב ער געפינט זיך במקום שני, אָדער אפילו במקום זה אָבער באופן אַז ער איז ניט „הלך בנימוסי'", קען ער דאָרט ניט האָבן אַ דירה).
ועד"ז בנמשל: בכדי אויפצומאַכן אַ335דירה בתחתונים קען אַ איד ניט בלייבן אַ נשמה למעלה, נאָר ער, צוזאַמען מיט תורה, דאַרף יורד זיין אין דעם מקום ומצב פון תחתונים, און זיך דאָרט פירן לויט די מנהגי ונימוסי המקום (התחתונים) ע"פ הוראות התורה, און זיי גופא אויסנוצן אויף מאַכן די דירה לו יתברך.
ו. ויש לומר אַז דער כח אויף די ביידע ענינים — סיי אין לימוד התורה און סיי אין דער עבודה פון דירה בתחתונים — קומען פון די צוויי סוגי דברות:
די „דברות הראשונות" — „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" — גיבן אידן דעם כח אַז אין כל התורה זאָל באַ זיי זיין אַ ביטול „לדבר ה' המדבר בפיהם ולהיות רק כעונה אחר האומר"ל.
ווי ס'איז מבוארמד דער פירוש אין דעם וואָרט „(וידבר אלקים את כל הדברים האלה) לאמר" — „דלכאורהל מלת לאמר אין לה הבנה ואינה כמו כל לאמר שבמקרא שפי' לאמר לזולתו, משא"כ בעשרת הדברות א"א לפרש כך שהרי כל ישראל שמעו פנים בפנים דבר ה'לו את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה"מה [באַ מעמד הר סיני זיינען געווען די נשמות פון אַלע דורותמו, און אויך נשמות הגריםמז]?!
איז דער פירוש דאָ אין „לאמר" — אַז ווען „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" האָט ער געגעבן כח אידן בכל הדורות אַז זייער לימוד בכל דברי התורה (וואָס זיינען אַלע נכלל אין „את כל הדברים האלה"מח) זאָל זיין אין אַן אופן פון „לאמר מה שכבר נאמרה"ל, אַז דער איד זאָגט דערביי (ניט זיינע אייגענע ווערטער, נאָר) „דבר ה' ממש שנאמר למשה מסיני"ל, „תען לשוני אמרתך".
און די „דברות האחרונות" וואָס משה — דער ממוצע המחבר „בין ה' וביניכם"מט (זייענדיק „איש האלקים"נ, אַלס נשמה בגוף למטה) — האָט איבערגעזאָגט, גיבן דעם כח אַז אַ איד, זייענדיק אַ נשמה בגוף, זאָל ער האָבן דעם כח (ובפרט דורך בחי' משה שבקרבונא) צו קענען לערנען תורה בהבנה והשגה פון שכל האדם למטה.
ועד"ז — באַקומט מען דערפון דעם כח צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, הן בנוגע צו אַ אידן אַליין [כידוענב אַז דער עיקר ענין פון „דירה בתחתונים" איז (און הויבט זיך אָן) בנוגע צו אַ אידן, „לדור ולשכון בנש"י כו' שיהיו כנס"י מכון לשבתו ית' כו'"נג — וואָרום „ישראל וקוב"ה כולא חד", זיינען דאָך אידן די אמת'ע „דירה" פאַר עצמותו ית', זייענדיק כביכול איין זאַך מיט עצמות, נאָר דאָס ווערט נתגלה דורך זייער עבודה אין תחתונים], ביז אַז336דערפון ווערט נמשך אויך דער כח צו מאַכן אַ דירה בתחתונים אין עולם:
(א) בנוסח „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" בדברות הראשונות גיט מען דעם כח צו אויפטאָן אַ „דירה לו יתברך", לו לעצמותונד, און (ב) אמירת עשרת הדברות דורך משה רבינו — גיט דעם כח דאָס צו אויפטאָן אין „תחתונים", בגדרם הם, היות אַז משה געפינט זיך למטה, „אזלת לקרתא הלך בנימוסי'".
ז. דער טעם פאַרוואָס מ'דאַרף אָנקומען צו ביידע דברות — הראשונות והאחרונות — איז, ווייל יעדערער פון זיי האָט אַ מעלה:
די מעלה פון „וידבר אלקים גו'" איז — דער גילוי והמשכת הדברות פון עצמותו ומהותו יתברך אָן קיינע ממוצעים, אפילו ניט דורך דעם ממוצע פון משה רבינו („איש האלקים").
דהגם אַז משה איז אַ ממוצע המחבר וועלכער גיט איבער דבר השם באופן פון „שכינה מדברת מתוך גרונו"לד, „בלי שום הרגש כלל כ"א דבר ה' הי' מדבר"נה, בדרך מעבר און ניט בדרך התלבשותנו — פונדעסטוועגן איז „המעבר פועל ג"כ", און מ'האָט געדאַרפט אָנקומען צו משה'ן, ווייל „מפי הקב"ה בעצמו לא הי' יכולים לקבל כו'", משא"כ דורך משה, איז „עם היות שהוא בדרך מעבר לבד מ"מ ה"ז פועל שיוכל להתקבל בנש"י"נה.
דער אויפטו פון „וידבר אלקים את כל הדברים האלה" איז, אַז אַלע אידן האָבן געהערט די דברות „מפי הגבורה" עצמו אָן קיין ממוצע!
אָבער אעפ"כ, דער אופן ווי מ'נעמט אויף דעם דבר ה' איז דורך ביטול המציאות — ווי ס'איז דעמולט געווען, אַז על כל דיבור ודיבור „פרחהנז נשמתן"נח (און ס'האָט געדאַרפט זיין „הוריד טל שעתיד להחיות בו מתים והחי' אותם"נט), און דעריבער האָבן אידן געדאַרפט אָנקומען (בנוגע צו די שאר הדברות נאָך אנכי ולא יהי' לך) אַז „משהס מדבר ומשמיע . . לישראל"סא.
די מעלה אין די דברות האחרונות שנאמרו ע"י משה איז, אַז דער דבר ה'337קומט אַראָפּ אין אַ דרגא וואָס איז בערך צו אידן; זייער מציאות גופא קען דאָס אויפנעמען בפנימיות (ניט דורך ביטול במציאות). אָבער דאָס איז דערפאַר ווייל דער גילוי דורך משה קומט אָן צו אידן דורך עפּעס־וואָס אַ שינוי כו', ניט כביכול ווי דער גילוי איז מצד „וידבר אלקים גו'" בעצמו.
ובסגנון האמור פון „לעשות לו יתברך דירה בתחתונים": אין די דברות הראשונות שטייט בגלוי די „דירה לו יתברך", און ניט אַזוי די „תחתונים"; אין די דברות האחרונות — שטייען מער בהדגשה די „תחתונים", און ניט אַזאַ הויכע דרגא פון „לו יתברך".
ובפרטיות יותר — יש לומר אַז אין „דירה לו יתברך" עצמה זיינען דאָ צוויי אופנים ודרגותסב, ווי דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך משה (בדברות האחרונות) און ווי דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך „וידבר אלקים גו'" (בדברות הראשונות):
(א) אפילו ווען מ'מאַכט אויף אַ „דירה לו יתברך (בתחתונים)", איז דאָס אָבער נאָר אַ „(דירה) לו יתברך", און ניט הוא יתברך (דער דייר) אַליין; ניט „וידבר אלקים גו'" אַליין, נאָר ווי דבר ה' קומט אַרויס דורך משה (בדברות האחרונות).
ווי מ'זעט עס אין אַ דירה בפשטות: אע"פ וואָס אין אַ דירה שטייט דער אדם הדר בה בגלוי בכל עצמותוסג, איז אָבער די דירה אַליין ניט אַ חלק פון דעם אדם הדר בו, זיי זיינען צוויי באַזונדערע זאַכן. ועד"ז אין נמשל: וויבאַלד אַז די כוונה איז צו מאַכן אַ דירה בתחתונים במציאותם ודרגתם הם (ביז אַז די דירה ווערט אויפגעמאַכט דורך די גדרים ונימוסים פון תחתונים, „אזלת לקרתא הלך בנימוסי'", כנ"ל), איז אפילו ווען עס ווערט אַ „דירה לו יתברך בתחתונים", אפילו אַ דירה לעצמותו ית', וואו דער אויבערשטער שטייט בגלוי, בלייבט אָבער די „דירה בתחתונים" אין אַ מצב פון „תחתונים" „בענין הסתר אורו ית'"סד (אַז אלקות איז זיך דאָרטן מתכסה מתעלם ומתלבש), וועלכע איז אַ „דירה לו יתברך", אָבער אַ „באַזונדער" זאַך כביכול פון דעם דייר עצמו, עצמותו ית' [וואָס הגם אַז אין דעם איז דער חידוש אַז אפילו אין תחתונים ווערט אַ דירה לו יתברך, איז דאָס אָבער ניט ווי עצמות ומהות שטייט בעצמותו ממש].
וי"ל אַז דאָס איז דער אופן פון עשיית דירה בתחתונים ווי עס ווערט אויפגעטאָן דורך משה (ממוצע המחבר) מצ"ע — ע"ד ווי די „דברות האחרונות" וואָס זיינען דבר ה', אָבער ווי דאָס קומט אַרויס דורך משה רבינו, ובמילא איז דאָס מער בערך צו „תחתונים", אָבער ניט דער גילוי פון דעם דייר אַליין.
(ב) עס ווערט אויפגעטאָן נוסף על אַ „דירה לו יתברך", און עצמות ומהות יתברך אַליין שטייט בגלוי בכל עצמותו — „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" אין די דברות הראשונות.
ח. תכלית שלימות המעלה איז דער חיבור פון ביידע ענינים: דער גילוי עצמות ומהות א"ס ב"ה בעצמות ומהותו (ניט ווי ער שטייט אין משה בתור ממוצע המחבר) צו אידן ווי זיי שטייען338אַלס נשמות בגופים בתחתונים און נעמען אויף דעם גילוי בפנימיות מציאותם (ניט ע"י ביטול מציאותם).
דאָס הייסט, אַז די דירה (בתחתונים) עצמה ווערט (ניט בטל במציאות, נאָר) אַ „צינור" אויף דעם גילוי פון „דבר ה' ממש" פון עצמותו ומהותו יתברך (דער „דייר") בעצמותו ומהותו; דורך דעם וואָס אַ איד לערנט תורה למטה באופן פון „תען לשוני אמרתך", ווערט ער אַ צינור אויף גילוי עצמותו ית', באופן כזה אַז די דירה עצמה (ד.ה. דער איד ווי ער שטייט בתחתונים) דריקט אויס און איז מגלה דעם דבר ה' ממש — „תען לשוני אמרתך", ביז ווי ער (דער איד) איז כביכול איין זאַך מיט דעם אויבערשטן — דער גילוי למטה פון „ישראל וקוב"ה כולא חד"סה.
און בכח זה — טוט דער איד אויף עד"ז אויך אין מציאות העולם, אַז מציאות התחתונים בעולם זיינען (ניט אַ דירה אַלס אַ מציאות בפ"ע פון דעם דייר שבתוכה, נאָר כל מציאותם איז אַז זיי זיינען) מגלה דעם דבר ה', ביז דעם גילוי כח העצמות וואָס געפינט זיך אין וועלט (וואָס הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו'סו).
דער טעם אויף דעם וואָס מ'דאַרף אָנקומען צו ביידע דברות — אע"פ וואָס די דברות הראשונות (וואָס דער אויבערשטער אַליין זאָגט) זיינען שלא בערך העכער פון די דברות האחרונות (שנאמרו ע"י משה) — ווייל דורך אמירת הדברות (האחרונות) דורך משה רבינו (באופן של „לאמר", ער זאָגט איבער „דבר ה' ממש"), ווערט אויפגעטאָן אַז אויך ווי אידן שטייען למטה בתחתונים — „אף כאן" — קענען זיי אויפנעמען (בגדרי התחתונים), און אויפטאָן דורך זייער לימוד התורה און עבודה למטה, דעם גילוי פון „וידבר אלקים גו'", דבר ה' ממש, וואָס איז געווען „להלן" (באַ מ"ת).
דאָס הייסט, אַז דורך די דברות האחרונות (בפ' ואתחנן), ווערט נתגלה די שלימות המעלה פון די דברות הראשונות (בפ' יתרו) — דער גילוי פון „וידבר אלקים" אין דעם „לאמר" פון יעדער אידן (בתחתונים), אַז דער לימוד התורה פון אַ אידן בכל זמן ובכל מקום („כאן") איז „דבר ה' ממש שנאמר למשה מסיני", און דורך דעם ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע", ווי ס'איז געווען באַ מ"ת ממש.
ט.ע"פ האמור לעיל קען מען אויך מבאר זיין דעם קשר מיטן זמן ווען מ'לייענט פרשת יתרו (בשנה זו) — בעשרים בחודש האחד עשר („עשתי עשר חודש הוא חודש שבט"סז), וואָס איז אויך צען טעג נאָך יו"ד שבט, דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו. און שבת מיני' מתברכין כולהו יומיןסח, די קומענדיקע טעג פון שבט, כולל — כ"ב שבט, דער יום ההילולא פון בתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר:
דער חודש האחד עשר (שבט) איז פאַרבונדן מיט דעם גילוי פון „אחד עשר יום מחורב"סט, וואָס גייט אויף ה„מיוחד שבעשרה . . שהוא אחד שהוא339ראש לכל הדברות, אנכיע ה' אלקיך"עא, ד.ה. אַז „אחד עשר יום מחורב" גייט אויף בחי' אחד עשר שלמעלה פון די עשרת הדברות שניתנו בחורב, ביז בחי' „אנת הוא חד ולא בחושבן"עב, די דרגא פון כתר שלמעלה מעשר ספירות, ביז עצמותו ומהותו ית' שלמעלה מכל סדר השתלשלותעג.
אין חודש האחד עשר עצמו איז דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר ביום עשירי שבו — ד.ה. ווי דער גילוי פון אחד עשר (בחודש) איז פאַרבונדן און ווערט נמשך אין בחי' עשר — סדר השתלשלות [נוסף אויף דעם וואָס אחד עשר מצ"ע איז כולל (כפשטות הענין) אויך די עשר שלפני זה], ובכללות — המשכת כחות המקיפים (כתר) אויך אין די עשר כחות פנימיים, ולמעלה יותר — המשכת עצמותו ית' אויך למטה אין תחתונים — ע"ד דער חיבור פון די דברות הראשונות ודברות האחרונות.
און דאָס קומט אַרויס באופן נעלה יותר אין דעם יום אחד עשר בחודש האחד עשר, וואָס דעמולט האָט מען דעם גילוי פון אחד עשר סיי מצד מספר החדשים און סיי מצד ימי החודש (כמדובר לעילעד). ויש לומר, וויבאַלד אַז דאָס קומט לאחרי הגילוי פון יום עשירי בחודש, האָט מען אין דעם אויך די מעלה פון די המשכה פנימית (עשר), און נאָך באופן פון מעלין בקודשעה, אַז מ'קומט דערפון צו אחד עשר יום בחודש האחד עשר.
ויש לומר, אַז דאָס איז ע"ד די מעלה וחידוש פון אמירת דברות הראשונות ע"י אלקים (בחי' אחד עשר), לאחרי ווי ס'איז געווען אויך די אמירת הדברות האחרונות ע"י משה (בחי' עשרעו).
ובפרט ווען שבת פ' יתרו — ווען מ'לייענט די גאַנצע סדרה בתורה כולל פרשת עשרת הדברות — „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" — בברכה לפני' ולאחרי' (וואָס דעמולט איז „הקב"ה קורא ושונה כנגדו" ביתר שאת וביתר עוז, במכ"ש פון לימוד ענין זה בתורה בכל ימי השנה) — קומט אויס ביום עשרים בחודש האחד עשר, עשרים בגימטריא כתרעז, ד.ה. די דרגא פון אחד עשר (כתר) שבאחד עשר.
און דערפון קומט מען דערנאָך צו יום כ"א בחודש — „אך טוב לישראל"עח, אחד עשר יום פון עשירי בחודש האחד עשר, און דאָס איז דער ערב פון כ"ב בחודש (כפליים של אחד עשר — „בך יברך ישראל"עט, כנגד די כ"ב אותיות התורה דורך וועלכע עס ווערן נמשךפ כל הענינים וכל הברכות אין אַ פנימיות (בך)פא.
י. ויש להוסיף דעם קשר אויך מיט פרשת משפטים (וואָס מ'הויבט אָן לייע־340נען בתפלת מנחה, און די פרשה פון די קומענדיקע טעג, כולל כ"ב שבט):
אויף „ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"פב זאָגן חז"לפג, „מה הראשונים מסיני אף אלו מסיני". דאָס הייסט, אַז אויך די מצוות שכליות (משפטיםפד), וואָס זיינען פאַרבונדן מיט גדרי התחתונים, זיינען „מסיני", פון עצמותו ומהותו ית' („וידבר אלקים גו'"), פּונקט ווי „הראשונים מסיני" — ע"ד ווי „מה להלן באימה כו' אף כאן כו'".
און דאָס קומט אַרויס בגלוי באופן „ואלה" (מראה באצבעו ואומר זהפה, אלה), ביז באופן פון „תשים לפניהם", „אמר לו הקב"ה למשה לא תעלה על דעתך לומר אשנה להם הפרק וההלכה ב' או ג' פעמים כו' ואיני מטריח עצמי להבינם טעמי הדבר ופירושו"פו — ובפרט וויבאַלד אַז תורה איז בעצם למעלה מהבנה והשגהפז — „לכך נאמר אשר תשים לפניהם, כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם"פו, אַז אויך די „טעמי הדבר" („ופירושו") דאַרף ער געבן אידן אין אַ פנימיות („כשלחן הערוך ומוכן לאכול", וואָס דאָס ווערט דם ובשר כבשרופח).
ולהוסיף ע"פ פירוש הירושלמיפט אין „תשים" — מלשון סימה ואוצר, אַז אויך די אוצרות שבתורה — פנימיות התורה, וואָס איז מצ"ע סתום וגנוז, און איז פאַרבונדן מיט סתים דקוב"הסה, דאַרף אַרויסקומען אין אַן אופן פון „(תשים) לפניהם", לפנימיותםצ, בגילוי.
יא. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין דעם לימוד דערפון עתה, ובפרט — בזמננו זה, ווען מ'האַלט סמוך גלייך פאַר דער גאולה האמיתית והשלימה, כמדובר כמ"פ:
פון „מה להלן כו' אף כאן כו'" לערנט מען אָפּ, אַז בכל דור ודור ובכל זמן ומקום האָבן אידן בכח צו אויפטאָן דעם ענין פון „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר", פּונקט ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה בפעם הראשונה.
און דער כח אויף דעם נעמט מען פון דעם חיבור פון די דברות הראשונות (שהיו ע"י אלקים) און דברות האחרונות (שהיו ע"י משה), כמדובר לעיל בארוכה.
ועד"ז חזר'ט זיך עס איבער שטענדיק — כידוע אַז דער ענין פון מתן תורה איז דאָ שטענדיק, ווי מ'זאָגט אין ברכת התורה — „נותן התורה" לשון הוה. ועד"ז איז דאָ בכל דור ודור — דער משה שבדורצא, וועלכער גיט איבער דבר השם (תורה). איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז בכל דור ודור חזר'ט זיך איבער — און נאָך באופן נעלה יותר (לויט דעם כלל פון „מעלין בקודש") דעם חיבור פון די דברות הראשונות און דברות האחרונות, וועלכער גיט דעם כח אַז „מה להלן כו'
אלקים גו'".
על אחת כמה וכמה אין אונזער דור
— וואו מ'זעט בגלוי אַז דער משה שב־
דורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו,
איז פאַרבונדן מיט דעם גילוי וחיבור
פון עשר און אחד עשר, ביז אחד עשר
שבאחד עשר (כנ"ל) — באַווייזט עס נאָכ־
מער, אויף דעם פאַרבונד פון „אף כאן"
מיט „מה להלן" בדורו של משה רבינו.
און נאָכמער בהדגשה — וויבאַלד אַז
אונזער דור איז דער דור האחרון אין
גלות און דער דור הראשון לגאולה,
ובפרט בזמן האחרון, כמדובר מערערע
מאָל אַז מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט און איצטער דאַרף נאָר זיין די גאולה בפועל — דער גילוי פון בחי' עשירי (שירה העשיריתצב וכו'), צוזאַמען מיט דעם גילוי פון בחי' אחד עשר, „אנת הוא חד", גילוי עצמותו יתברך למטה, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וועלכער איז פאַרבונדן מיט משה רבינו — „גואל ראשון הוא גואל אחרון"צג.
ובפרט ע"פ המדובר כמ"פ די ראשי תיבות בדרך אפשר פון „מיד" — משה, ישראל (הבעש"ט), דוד מלכא משיחא, ד.ה. אַז דער דור הראשון פון מתן תורה (דור משה) פאַרבינדט זיך מיט דעם דור האחרון (דהגאולה ע"י דוד מלכא משיחא), דורך גילוי החסידות פון דעם בעש"ט און רבותינו נשיאינו ממלאי מקומו, וואָס לכשיפוצו מעינותיך חוצה „אתי מר" דא מלכא משיחאצד.
92) מכילתא בשלח טו, א.
93) ראה שמו"ר פ"ב, ד. שם, ו. זח"א רנג, א, ש' הפסוקים פ' ויחי. תו"א משפטים עה, ב.
94) אגה"ק הידועה דהבעש"ט — כש"ט בתחלתו. ובכ"מ.
ויש לומר, אַז בהתאם צו דעם תוכן
פון דעם וואָרט „מיד" (גלייך), דאַרף
מען זאָגן אַז די דריי אותיות זיינען
פאַרבונדן ניט מיט דריי באַזונדערע
זמנים (משה בדורו, ישראל הבעש"ט ב־
דורו, און דוד מלכא משיחא בדורו), נאָר
זיי קומען אַלע צוזאַמען בסמיכות ממשצה
(„מיד") בכל דור ודור ובכל זמן וזמן.
כמרומז אויך אין דעם וואָס „מיד" איז
אויך ר"ת „משה, יהושע, דורם", וואָס
אַלע דריי זיינען געווען בדור אחד.
וכן יש לומר בנוגע לדורנו זה — אַז אין דעם זעלבן דור האָט מען דעם גילוי פון אַלע דריי — מ' (ר"ת משיחצו), י' (ר"ת פון ביידע נעמען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר) און ד' (דורם); צוזאַמען מיט דער משה שבדורנו (כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו), בחי' עשר (עשירי בשבט), כולל אויך דער גילוי תורת החסידות (די מעינות הבעש"ט) על ידו, האָט מען אויך דעם גילוי פון בחי' אחד עשר, „גואל ראשון הוא גואל אחרון", דוד מלכא משיחא.
ויש לומר אַז די דריי זיינען ע"ד ובדוגמת די דריי ענינים הנ"ל פון די דברות הראשונות (ע"י הקב"ה. ודוגמתו ע"י גילוי סתים ופנימיות התורה, אָנהויבנדיק דורך ישראל הבעש"ט), דברות האחרונות (ע"י משה), און דער חיבור ביניהם — פון עשר און אחד עשר, ווי ס'וועט זיין בשלימות דורך דעם גילוי פון „תורה חדשה מאתי תצא"צז (בחי' אחד עשר יום מחורב, למעלה מעשרת הדברות שניתנו בחורב), פון עצמות
95) להעיר מהאופנים בחתימת הרמב"ם (פוסק ומורה נבוכים): באותיות נפרדות; באותיות מחוברות זל"ז.
96) להעיר שמנחם שמו (סנהדרין צח, ב).
97) ישעי' נא, ד. ויק"ר פי"ג, ג.342ומהות (שלמעלה ממשה ממוצע המחבר), בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
יב. דער לימוד דערפון בנוגע לפועל פאַר כל אחד ואחת מישראל, אנשים נשים וטף, ובפרט פון דורנו זה:
שטייענדיק אין שבת פרשת יתרו, ווען מ'לייענט בתורה די פרשה פון מתן תורה, און קומענדיק פון עשירי בשבט (חודש האחד עשר), און גרייטנדיק זיך צו כ"ב שבט (כפליים של אחד עשר) — דאַרף יעדער איד נעמען די הוראה פון „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" וואָס איז געזאָגט געוואָרן בלשון נוכח ובלשון יחידצח („אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך גו'"), בכדי לערנען אַז דאָס איז אַ ציווי ולימוד צו עם, צו יעדער יחיד:
כשם ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה, אַז צוזאַמען דערמיט וואָס עס איז געווען אַן איין מאָליקער פּאַסירונג, האָט עס אַ השפעה והמשך בכל הזמנים, באופן פון „מה להלן כו' אף כאן" — אַזוי דאַרף אויך זיין איצטער, ווען מ'לייענט די פרשה אין תורה, אַז מ'דאַרף דערפון אַרויסנעמען החלטות טובות בנוגע לפועל בכל הימים והשבועות והחדשים שלאחרי זה, ובמיוחד — פאַרבונדן מיט דעם ענין פון עשירי און פון אחד עשר (כנ"ל).
כשם ווי באַ מתן תורה האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אַלע אידן באופן פון „ויחן שם ישראל, כאיש אחד בלב אחד"צט — אַזוי דאַרף אויך זיין אין דער עבודה פון אַ אידן, יעדער אידן, אַז ער דאַרף צוזאַמענקלייבן זיינע עשר כחות הנפש, און מאַכן פון זיי איין מציאות של „צבור" אויף דינען דעם אויבערשטן, סיי מיט זיינע עשר כחות פנימיים (די ג' מוחין און ז' מדות), און סיי מיט זיינע כחות מקיפים (בחי' אחד עשר), רצון ותענוג — „בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך"ק.
ולכל לראש — צו מוסיף זיין אין לימוד התורה „באימה וביראה וברתת ובזיע", וויסנדיק אַז ווען ער לערנט תורה איז דאָס לויט זיינע אייגענע עשר כחות הנפש, און אויך — זאָגט ער „דבר ה' ממש שנאמר למשה מסיני"קא!
נעוד ועיקר: יעדערער זאָל אָננעמען אויף זיך צו משפיע זיין (אין די קומענדיקע נאָענטע טעג) אויף עכ"פ נאָך צען אידן בכל עניני תורה ומצוות, און טאָן אין דעם אויך — מיט אַלע כחות, די כחות פנימיים און די כחות מקיפים שלו.
וכאמור, אַז דאָס איז אַ הוראה לכל אחד ואחת מישראל פון אונזער דור, אנשים נשים וטף,
כולל ובמיוחד און אָנהויבנדיק פון די וואָס געפינען זיך איצטער דאָ אין דעם בית הכנסת ובית המדרש ובית מעשים טובים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, דער „מקדש מעט . . בית רבינו שבבבל"קב, וואָס ער איז דער „בית חיינו" פון אַלע אידן וואָס געפינען זיך במקום זה און פון אַלע אידן בכל הדור כולו, וואָרום „הנשיא הוא הכל"קג,343פון אים ווערט נמשך השפעת החיות לכל הדור כולו בכל קצוי תבל, ובמילא איז מובן אַז זיין ביהכנ"ס וביהמ"ד ובית מע"ט איז „בית חיינו", ובפרט דורך זיין השפעה פון תורת חיים און מצוות (שעליהן נאמרוקד „וחי בהם"), וואָס „הם חיינו ואורך ימינו"קה.
און דורך דעם וואָס די אידן וואָס געפינען זיך דאָ באַווייזן אַ דוגמא חי' ווי מ'דאַרף זיך פירן לויט די הוראות פון נשיא דורנו — ווערט נמשך די השפעה וחיות פון דעם בית [ובפרט אַז מ'איז איצטער מוסיף אין שיפורים ושיפוצים פון דעם בית — וויפל ס'איז
104) אחרי יח, ה.
105) נוסח ברכת אהבת עולם דתפלת ערבית (ע"פ נצבים ל, כ). מעגליך אין עוה"ז התחתון] צו אידן ביז בכל קצוי תבל, ביז — לכל העולם כולו.
ועוד והוא העיקר — אַז תיכף ומיד ממש, קומט די גאולה האמיתית והשלימה בפועל ממש, און דער ביהכנ"ס וביהמ"ד ובית מע"ט, צוזאַמען מיט אַלע בתי כנסיות ובתי מדרשות ובתי מע"ט זיינען עולה, צוזאַמען מיט אַלע אידן, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"קו, אין ארץ הקודשקב, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקודש, ולבית המקדש השלישי והמשולש.
ותיכף ומיד ממש, מיט אַלע פירושים שבזה, אָנהויבנדיק פון דעם פירוש הפשוט — גלייך איצטער ממש.