Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ יתרו, כ"ף שבט, — וליל ויום ב' פ' משפטים, כ"ב שבט ה'תשנ"ב
344משיחות ש"פ יתרו, כ"ף שבט,
וליל ויום ב' פ' משפטים, כ"ב שבט ה'תשנ"ב
— בקשר עם יום היאַרצייט־הילולא הרביעי
של הרבנית הצדקנית מרת חי' מושקא נ"ע זי"ע —
א.כ"ב בחודש איז פאַרבונדן מיט ברכה, ווי מרומז אין דעם מספר כ"ב — אותיות „בך", וואָס איז מרמז אויף „בך יברך ישראל"א, דאָס הייסט אַז דאָס איז אַ טאָג וואָס פון אים, דורך אים און מיט אים ווערן אידן געבענטשט אין אַלע זייערע ענינים.
נאָכמער: דער (טאָג פון) „בך" אַליין איז אַ געבענטשטער, כמובן פון פשטות הפירוש (הכתוב) אין „בך יברך ישראל", אַז „בברכתם" (פון אפרים ומנשה) ווערן געבענטשט אַלע אידן, ועד"ז בנדו"ד, אַז דער טאָג (פון „בך") אַליין איז מבורך, און דערמיט „יברך ישראל", אַלע אידן. „בך" איז אַזאַ ברכה וואָס פון איר קומען אַרויס נאָך ברכות, נאָך אַ ברכה און נאָך אַ ברכה, עד אין קץ ו"עד סוף כל העולם"ב (כולל — דער סוף פון (עולם מלשון) העלם והסתרג).
ב. אַזוי איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דעם טאָג פון יאָרצייט כ"ב שבט, אַז דאָס איז אַ יום ברכה, פון וועלכע עס ווערן געבענטשט אַלע אידן — „בך יברך ישראל":
באַ אידן איז אַ יאָרצייט פאַרבונדן מיט עלי'. ווי אונטערשטראָכן אין דעם מנהג פון אמירת קדיש ביום היאָרצייט, צוליב דער עלי' חדשה ועלי' שלא בערך וואָס קומט דעמולט צו אין דער נשמהד.
הגם אַז דער יאָרצייט איז דער טאָג ווען ס'איז געווען די הסתלקות הנשמה מן הגוף, אַ העלם והסתר אויף דעם גילוי פון אַ נפש ישראל, „חלק אלוקה ממעל ממש"ה, אין דעם גוף — וואָס דאָס איז דאָך דער גרעסטער העלם וואָס קען זיין ר"ל — איז אָבער די כוונה אין דעם (ווי אין יעדער ירידה) אַז דאָס זאָל ברענגען נאָך אַ גרעסערע עלי', און בכל שנה (אין דעם יאָרצייט) קומט צו דערביי נאָך אַ העכערע עלי' (שלא בערך צו די עליות שלפני זה), אַן עלי' סיי פאַר דער נשמה, און סיי פאַר די וואָס געפינען זיך נשמות בגופים למטה (וועלכע האָבן געהאַט אַ קשר מיט דער נשמה)ו, אַז באַ זיי קומט צו נאָכמער אריכות ימים ושנים טובות, אָנגעפילט מיט תורה ומצוות און מעשים טובים.
ועוד ועיקר — די עלי' וואָס קומט אין דער גאולה האמיתית והשלימה, סיי
345אה"ח 1234567:
די עלי' פון דער נשמה — דורך „הקיצו ורננו שוכני עפר"ז, כידועח אַז תכלית השלימות (אויך פון דער נשמה) איז דוקא נשמות בגופים בתחיית המתים, און סיי אין די אידן וואָס האָבן געהאַט אַ שייכות מיט דער נשמה — כמ"שט „בלע המות לנצח ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים", ומובן אַז בשעת דער „ומחה . . דמעה" קומט דורך דעם אויבערשטן אַליין („ומחה ה' אלקים דמעה"), איז דאָס ניט בלויז מבטל די דמעה וואָס איז געווען פריער (כפשטות ענין המחי'), נאָר דורך דעם קומט צו אַ הוספה אין דער עלי', כמובן אויך פון דעם פירושי, אַז „דמעה" איז בגימטריא קי"ט, וואָס מיינט אַז עס פעלט איינער פון די ק"כ צירופי שם אלקיםיא, און דורך „ומחה ה' אלקים דמעה" ווערט די שלימות פון ק"כ (די גימטריא פון „דמעה" עם הכולל) — „והיו ימיו מאה ועשרים שנה"יב, ווי ס'איז געווען באַ משה רבינו — „בן מאה ועשרים שנה אנכי היום"יג, „היום מלאו ימי ושנותי"יד, מילוי ושלימות פון ימים ושנים הן בגשמיות והן ברוחניות, און דער המשך בזה ביז — אין חיים נצחייםטו בגאולה האמיתית והשלימה.
ג. דער ענין [די עלי' וואָס קומט דורך הסתלקות] איז ספּעציעל אונטערשטראָכן אין דעם יאָרצייט פון בתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו בכ"ב שבט, וואָס נוסף צו איר אייגענע זכות, האָט זי אויך דעם זכות פון איר פאָטער [ובפרט אַז אַ בת האָט אַ שייכות מיוחדת מיטן אבטז], און זי איז נתחנך געוואָרן דורך אים וכו':
דער נשיא הדור — נשיא מלשון התנשאות — הויבט אויף דעם גאַנצן דור, וואָרום „הנשיא הוא הכל"יז. איז דערפון מובן בנוגע צו בתו, אַז אַלע אירע ענינים — כולל ובמיוחד איר הסתלקות — טוען אויף אַן עלי' אין אַלעמען.
ובפרט אַז איר יאָרצייט (בכ"ב שבט) קומט אויס אין דעם זעלבן חודש (שבט) ווי דער יאָרצייט פון איר פאָטער כ"ק מו"ח אדמו"ר (בעשירי בשבט), וואָס די עלי' והתנשאות פון נשיא דורנו שטייט בגלוי יותר אין דעם טאָג פון זיין יום ההילולא, כידועיח אַז דעמולט איז עולה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו" און דאָס ווערט מתגלה למטה ביז אַז דאָס איז „פועל ישועות בקרב הארץ"יט.
ביז די שלימות העלי' והתנשאות — אין די נשמות למעלה און אין אַלע אידן למטה — בגאולה האמיתית והשלימה, כנ"ל.
ובפרט אַז אונזער דור איז דער לעצטער דור פון גלות און דער ערשט־346ער דור פון גאולה — ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר דער בעל ההילולא האָט מכריז ומודיע געווען כמ"פ, אַז מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט און איצטער דאַרף מען נאָר מקבל זיין משיח צדקנו בפועל ממש — במילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויב בינתיים איז געווען אַן ענין של הסתלקות, ווי דאָס איז געווען בכ"ב שבט בארבע שנים לפני זה (שנת ה'תשמ"ח), איז דאָס אך ורק בכדי צו ברענגען די איינציקע עלי' וואָס איז נאָך געבליבן — די עלי' פון דער גאולה האמיתית והשלימה.
דערמיט איז מובן די ברכה אין דעם טאָג פון כ"ב שבט — „בך יברך ישראל" — די ברכות וואָס ווערן נמשך צו ישראל, צו יעדער איד און צו אַלע אידן. ובמיוחד — צו נשי ובנות ישראל, ובפרט דורך דעם וואָס זיי פירן זיך אויף לויט אירע אָנווייזונגען און לויט איר ביישפיל. ברכות אין אַלע ענינים — סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, ובגשמיות וברוחניות גם יחד, און אַזוינע ברכות, וואָס פון יעדע ברכה קומט אַרויס נאָך אַ ברכה און נאָך אַ ברכה עד אין קץ.
ד. וויבאַלד אַז דער יאָרצייט פון כ"ב שבט איז פאַרבונדן מיט כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו (אבי הנפטרת), ובפרט (כנ"ל) אַז דאָס איז אין דעם זעלבן חודש (שבט) ווי דער יום ההילולא שלו (ווען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו" שטייט בגלוי) — איז פאַרשטאַנדיק אַז דער טאָג האָט אַ קשר מיט כללות עבודתו פון נשיא דורנו און (במילא) פון כל הדור כולו (וואָרום „הנשיא הוא הכל" און „בתר רישא גופא אזיל"כ).
20) עירובין מא, א.
צוזאַמען דערמיט איז מובן, היות אַז די הסתלקות פון כ"ב שבט איז געווען כו"כ שנים נאָך דער הסתלקות פון איר פאָטער, כ"ק מו"ח אדמו"ר, און דאָס קומט אויס אין אַן אַנדער, שפּעטערדיקן, טאָג אין חודש ווי דער יום ההילולא פון יו"ד שבט — האָט עס אין זיך אַן ענין מיוחד, בהמשך ובהוספה ליום ההילולא שלו.
ויש לומר אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם מספר החודש (שבט) — חודש האחד עשר, און אין דעם מספר היום בחודש — כ"ב (שבט), וואָס קומט בהמשך ובהוספה צו עשירי בחודש, דער יום ההילולא פון נשיא דורנו, כדלקמן.
און דערפון דאַרף מען אַרויסנעמען אַ לימוד אין דער עבודה פון אונזער דור במיוחד — זייענדיק דער דור פון נשיא דורנו (וואָס „הנשיא הוא הכל"), ובמיוחד — אַ לימוד בנוגע צו דער עבודה פון נשי ובנות ישראל, זייענדיק פאַרבונדן מיט דעם יאָרצייט פון בתו של נשיא דורנו,
ובפרט אַז בימים אלו — בסמיכות צו כ"ב שבט — קומט פאַר דער כינוס השלוחות העולמי (און סיומו איז אין דעם טאָג פון כ"ב שבט). וכדלקמן.
ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דעם וואָס עס האָט זיך פריער גערעדטכא אין פרשת השבוע (יתרו), פרשת מתן תורה, וועגן די צוויי אופנים אין די עשרת הדברות — די „דברות הראשונות" וואָס ווערן געזאָגט דורך דעם אויבערשטן („וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר"כב) און די „דברות האחרו־347נות" שנאמרו ע"י משה רבינו (אין משנה תורהכג):
„וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר" באַ מתן תורה האָט מען געגעבן דעם כח אידן צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםכד — אַז אין תחתונים זאָל זיין דער גילוי פון עצמותו ית' בעצמותו ומהותו.
אויף דעם פאָדערן זיך צוויי ענינים: (א) דער גילוי פון עצמותו ית', און (ב) די המשכה אין תחתונים [ובפרטיות יותר: (א) אַ דירה לו יתברך (אָבער כביכול ניט הוא יתברך עצמו), און (ב) דער גילוי פון עצמות אַליין, „וידבר אלקים גו'"]. און דעריבער האָבן די עשרת הדברות געהאַט ביידע מעלות: די „דברות הראשונות" שנאמרו ע"י הקב"ה גיבן דעם כח צו אויפטאָן די המשכה פון עצמותו ית', און די „דברות האחרונות" שנאמרו ע"י משה גיבן דעם כח דאָס צו ממשיך זיין אין תחתונים מצד ענינם הם (ניט דורך ביטול מציאותם מצד דעם תוקף הגילוי מלמעלה).
ועד"ז אין די „דברות הראשונות" עצמן זיינען געווען ע"ד די ביידע ענינים: (א) דער גילוי פון אחד עשר („מיוחד שבעשרה . . שהוא אחד שהוא ראש לכל הדברות, אנכיכה ה' אלקיך"כו), בחי' „אנת הוא חד ולא בחושבן"כז, בחינת פנימיות הכתר ביז עצמותו ומהותו ית' שלמעלה מעשר ספירות, און (ב) דער גילוי איז נמשך געוואָרן אין די עשרת הדברות (כולל ווי אנכי איז איינער פון די עשרה), ווי תורה איז פאַרבונדן מיט סדר השתלשלות וועלכער שטעלט זיך אויס אין מספר עשרה (עשר ספירות, עשרה מאמרותכח). ביז אַז דאָס האָט אויך גע'פועל'ט אין סדר השתלשלות עצמו, ביז אין עולם הזה התחתון (כדברי חז"לכט אַז דער קול פון „אנכי הוי'" איז געקומען פון אַלע ד' רוחות העולם און שמים וארץ, ו"צפור לא צווח עוף לא פרח שור לא געה כו'"ל).
באַ מתן תורה איז אָבער דער גילוי פון „וידבר אלקים גו'" געווען מצד למעלה („ואני המתחיל שנאמרלא וירד הוי' על הר סיני"לב, „וידבר אלקים גו'"), און דעריבער איז דער גילוי בתחתונים געווען נאָר לפי שעה [און „במשוך היובל" (ווען ס'איז נסתלק געוואָרן די שכינה פון הר סיני) איז „המה יעלו בהר"לג, ווייל דער הר סיני איז געבליבן ווי פריער], ובאופן אַז דאָס האָט גע'פועל'ט ביטול מציאות התחתון („פרחה נשמתן"לד, ועד"ז צפור לא צווח כו') — ווייל דער תחתון (בחי' עשר) מצד ענינו הוא — האָט ניט געקענט אויפנעמען (בשלימות) דעם גילוי פון „וידבר אלקים גו'" (בחי' אחד עשר);
מ'האָט דעמולט באַקומען דעם כח צו ממשיך זיין אחד עשר אויך אין דעם עשר, אָבער בגלוי (למטה) איז געבליבן (בעיקר) דער גילוי פון בחי' עשר (פון סדר השתלשלות) — די עשרת הדברות,348משא"כ דער גילוי פון אחד עשר („וידבר אלקים גו'") איז דערנאָך נתעלם געוואָרן (און מ'האָט געהערט דברי תורה מפי משה רבינו), בכדי אַז אויך די תחתונים מצד ענינם הם — זאָלן דאָס קענען אויפנעמען.
די שלימות הכוונה איז, אַז אידן דורך זייער עבודה בכח עצמם (ניט דורך דעם גילוי מלמעלה פון „וידבר אלקים גו'") — געפינענדיק זיך בהתלבשות אין תחתונים („אזלת לקרתא הלך בנימוסי'"לה) — זאָלן ממשיך זיין דעם גילוי פון אחד עשר אין עשר, דורך איבערמאַכן די תחתונים (עשר) אַז זיי זאָלן זיין אַ כלי מוכשר צו מקבל זיין דעם גילוי פון „אחד עשר", על ידי זה וואָס זיי לערנען תורה מיט זייער כח הדיבור הגשמי באופן פון „תען לשוני אמרתך"לו („לאמר" דעם דבר ה' ממשלז) און טוען זייער עבודה אין וועלט באופן אַז די תחתונים אַליין ווערן אַ כלי ודירה לו יתברך. וואָס דעמולט ווערט נמשך דער גילוי פון אחד עשר אין עשר באופן של קביעות ונצחיות — ווי עס וועט זיין בשלימות הגילוי בגאולה האמיתית והשלימה — וואָרום דאָס קומט (ניט מצד אַ כח למעלה, נאָר) דורך די תחתונים מצד ענינם וגדרם הם.
ו. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם אויפטו פון דורנו זה — דער דור פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו:
מ'האָט גערעדט מערערע מאָל דעם געוואַלדיקן חידוש ועילוי פון דעם דור — דער לעצטער דור פון גלות און דער ערשטער דור פון גאולה (כנ"ל ס"ב) — אַז ער שטעלט מיט זיך פאַר דעם גמר וסיום פון „מעשינו ועבודתינו"לח פון אידן במשך כל הדורות שלפני זה, צו פאַרענדיקן די לעצטע בירורים אין גלות, ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"רלט — „צופּוצן די קנעפּלעך"; אונזער עבודה באַשטייט אין ברענגען די גאולה בפועל פאַר דעם דור און פאַר אַלע דורות שלפני זה!
דאָס הייסט, אַז אין דעם דור איז מען מסיים מעשינו ועבודתינו פון אידן במשך כל הדורות צו ממשיך זיין (דורך עבודת התחתון) דעם גילוי פון בחי' אחד עשר אין עשר, אַז די תחתונים (בחי' עשר) מצד גדרם הם זאָלן זיין גרייט און מוכשר צו מקבל זיין דעם גילוי פון עצמותו יתברך (אחד עשר).
ויש לומר אַז דאָס איז מרומז אין דעם יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (ווען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו" שטייט בגלוי ובשלימות) — יום העשירי בחודש האחד עשר: דער גילוי אור (יוםמ) פון עשירי איז פאַרבונדן און קומט צוזאַמען מיט דעם (חודש מלשון) חידושמא פון אחד עשר (שלמעלה מסדר השתלשלות). דער (חודש מלשון) חידוש פון אחד עשר ווערט נמשך אין דעם גילוי אור (יום) פון עשירי.
ז. אין דעם דור פון נשיא דורנו גופא זיינען פאַראַן עטלעכע שלבים ותקופות, ובכללות — דריי שלבים: (א) יום עשירי לחודש אחד עשר (יו"ד שבט349ת"ש יו"ד) — דער סיום התקופה פון עבודת כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו בחיים חיותו בעלמא דין. (ב) דער יום למחרתו — יום אחד עשר לחודש אחד עשר (דער ערשטער גאַנצער טאָג לאחרי ההסתלקות), ובמיוחד בשנת עשתי עשר (תשי"א)מב — ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער המשך וחידוש פון אַ נייער תקופה ו"נתלו המאורות"מג פון דעם דור השביעי פון אַלטן רבי'ן (אָדער דור התשיעי פון בעש"ט). (ג) די תקופה נאָך דער הסתלקות פון בתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר ביום כ"ב לחודש אחד עשר (כ"ב שבט תשמ"ח).
ויש לומר, אַז די דריי תקופות באַדייטן בכללות דריי דרגות אין דעם סיום העבודה פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים, המשכת בחי' אחד עשר אין בחי' עשר (וואָרום בכדי אַז דאָס זאָל זיין בגדרי התחתונים דאַרף די עבודה זיין דרגא אחר דרגא מלמטה למעלה):
(א) די עבודה — ביז דעם סיום ושלימות העבודה — אין עולם, בדרגת „עשר", בכדי צוגרייטן דעם עולם צו אויפנעמען דעם גילוי פון „אחד עשר" (אלקות שלמעלה מעולם), און ער זאָל ניט נתבטל ווערן ממציאותו (ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה). אָבער אין דעם איז בעיקר בהדגשה ובגלוי דער ענין פון „עשר", נאָר אין „עשר" גופא — ווי ער ווערט אַ כלי צו „אחד עשר". ובאופן אַז ס'איז נאָך אַלץ ניכר אַן אונטערשייד צווישן „עשר" און „אחד עשר", מהאי טעמא גופא וואָס דאָס דאַרף זיין בגדרי התחתונים און די תחתונים שטייען נאָך אין אַ דרגא פון „עשר" (און ניט „אחד עשר").
(ב) דער גילוי פון „אחד עשר" עצמו, ביז אַז „עשר" ווערט נתעלה אין „אחד עשר". ד.ה. אַז „אחד עשר" פועל'ט אויך אין „עשר", אָבער בעיקר הערט זיך דער גילוי פון „אחד עשר" (און „עשר" איז נכלל און ווערט אַ טייל פון „אחד עשר").
(ג) שלימות החיבור והיחוד פון „עשר" (מצד ענינו הוא) און „אחד עשר" (מצד ענינו הוא), אַז תחתונים מצד ענינם הם ווערן אַ דירה לו יתברך, לעצמותו ית'מד. צוזאַמען דערמיט וואָס דאָס איז אַ דירה לו יתברך (אָבער נאָך אַלץ אַ באַזונדער זאַך כביכול פון דעם דייר עצמו, בלייבנדיק בדרגת עשר באַזונדער פון אחד עשר) — ווערט די דירה בתחתונים איין זאַך מיט דעם דייר, ובלשון הידועמה: דער יש הנברא איז (איין זאַך מיט דעם) יש האמיתימו.
44) ראה סה"מ תקס"ה ח"א ע' תפט. הנסמן בסה"מ מלוקט ח"ב ע' רמא הערה 32.
45) ביאורי הזהר (לאדהאמ"צ) בשלח מג, ג ואילך. וראה ד"ה ולקחתם לכם תרס"א (ע' קצז).
46) ע"ד החידוש ד"אין עוד מלבדו" (ואתחנן ד, לה) לגבי „אין עוד" (ואתחנן שם, לט), ש"אין עוד" שולל לגמרי מציאות הנבראים, שאין „שום מציאות כלל" (ד"ה ולקחתם שם), היינו, ביטול הנבראים לגבי בחי' אחד עשר, משא"כ „אין עוד מלבדו" פירושו ש(רק) בלעדו „אין עוד" אבל „עמו" ישנה מציאות (ראה גם לקו"ש חכ"ה ע' 202 הערהפו. ואולי יש לומר גם באופן אחר: „אין עוד מלבדו" מורה שיש (עמו) „עוד" מציאות, היינו שעדיין ישנו חילוק בין „עשר" ו"אחד עשר". ולמעלה מזה הוא „אין עוד" שמורה על התאחדות גמורה בין מציאות (העולם) ועצמותו ית' („עשר" ו"אחד עשר"), כך ש"אין עוד" מציאות (אפילו „עמו").
350ויש לומר אַז די צוויי לעצטע ענינים זיינען כנגד צוויי דרגות אין „אחד עשר" גופא: אחד עשר וואָס איז נאָך בערך ושייך צו עשר (און דעריבער האָט „אחד עשר" די פעולה אויף דרגת עשר צי אין אַן אופן פון ביטול (ווי ס'איז געווען באַ מ"ת), אָדער אין אַן אופן אַז עשר מצ"ע בלייבט סו"ס אַ באַזונדער מציאות פון אחד עשר); און אחד עשר וואָס איז מרמז אויף עצמותו ית' — „אנת הוא חד ולא בחושבן" — וואָס ער איז שלא בערך לגמרי צו עשר און צו אחד עשר, און דעריבער האָט ער בכח זיי ביידן צו מחבר און מאחד זיין בשלימות.
ח. ועפ"ז יש לומר דעם חילוק צווישן די דריי תקופות הנ"ל:
יום העשירי בחודש האחד עשר גייט אויף דעם סיום וגמר העבודה פון מברר זיין די לעצטע „שיריים" פון גלות, „צופּוצן די קנעפּלעך". ובסגנון האמור: דער גמר ושלימות העבודה במשך הדורות צו ממשיך זיין „אחד עשר" אין „עשר", אָבער באופן אַז עס זיינען נאָך אַלץ דאָ צוויי באַזונדערע ענינים (מצד גדרי התחתונים): עשירי מצד הימים און אחד עשר מצד החדשים — ווייל די דרגא פון אחד עשר („וידבר אלקים גו'" שלמעלה מעולם) האָט נאָך ניט אינגאַנצן דורכגענומען עולם (עשר), במילא האָט מען טאַקע דעם חידוש (חודש) פון אחד עשר, אָבער די עבודה גלוי' (מצד הימים, ענין האור והגילוימ) באַשטייט נאָך אין דער דרגא פון עשר [כמבואר במ"אמז אַז דער תוכן העבודה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בחיים חיותו בעלמא דין איז באַשטאַנען פון דעם גילוי פון עשירי].
47) ס' השיחות תש"נ ח"א ע' 235 ואילך.
דער יום למחרתו — יום אחד עשר לחודש אחד עשר — באַדייט אַז נוסף און נאָך דער עבודה פון יום עשירי בחודש אחד עשר, דערגרייכט מען און מען ווערט נתעלה (לויט דעם כלל פון „מעלין בקודש"מח) אויך צו דעם גילוי (יום) פון אחד עשר, ובאופן כזה אַז דאָס הויבט אויף אויך דעם גילוי פון יום העשירי צו דער דרגא פון „אחד עשר יום"מט. מ'האָט דעמולט אחד עשר, הן מצד דעם חודש (חודש אחד עשר) און הן מצד דעם יום וגילוי (יום אחד עשר)נ, אחד עשר סיי ווי דאָס ווערט נמשך צום מקבל (לבנה, חודש), און סיי ווי דאָס איז מצד המשפיע (חמה, יום)נא. אָבער דאָס איז אַלץ אַ דרגא פון אחד עשר וואָס איז שייך ובערך צו עשר.
אין דעם גופא קומט מען דערנאָך צו נאָך אַ העכערע דרגא — אַז מ'האַלט שוין נאָך דעם סיום העבודה פון אַלע בירורים, און מ'האָט שוין אויך „צוגע־351פּוצט די קנעפּלעך" וכו', און מ'דאַרף נאָר שטיין גרייט צו מקבל זיין משיח צדקנו — די שלימות פון אחד עשר (אינגאַנצן שלא בערך צו עשר), וואָס טוט אויף דעם חיבור ואיחוד פון עשר (מצד ענינו הוא) און אחד עשר (מצד ענינו הוא) — כמרומז אין כ"ב שבט:
כ"ב איז אחד עשר בכפליים (אחד עשר יום פון דעם יום האחד עשר בחודש האחד עשר). דאָס הייסט אַז אין ימי החודש עצמם — האָט מען צוויי מאָל אחד עשר (נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז בחודש אחד עשר). ויש לומר אַז דאָס באַדייט תכלית השלימות פון אחד עשר (התאחדות עשר מיט אחד עשר), אַז אויך בדרגת הגילויים ובדרגת המשפיע (יום) האָט מען סיי אחד עשר ווי דאָס הויבט אויף דעם עשר (תחתונים), און סיי אחד עשר מצד עצמו, מצד עצם המשפיע — אחד עשר בטהרתו ממש, מצד עצמותו יתברך, און — חיבור שניהם יחד.
ד.ה. אַז לאחרי ווי מ'האָט די שלימות פון עשר און אחד עשר (בחודש האחד עשר), די שלימות העבודה פון אידן למטה צו ממשיך זיין בחי' אחד עשר אין די עשרת הדברות (שניתנו מלמעלה באַ מתן תורה), קומט צו אַ צווייטן מאָל „אחד עשר יום מחורב"מט — דער גילוי פון „בך" כנגד די כ"ב אותיות התורהנב.
ויש לומר אַז דאָס באַדייט די דרגא עליונה שבתורה ווי זי איז פאַרבונדן מיט אחד עשר, און אחד עשר בכפליים (וואָס איז נאָך העכער פאַר אחד עשר אַליין), שלמעלה פון תורה ווי זי שטעלט זיך אויס אין עשרה (עשרת הדברות) — תורה ווי זי איז איין זאַך מיט עצמותו יתברך, „אורייתא וקוב"ה כולא חד"נג, כמרומז אין דעם מספר כ"ב אותיות „בך" — וואָס גייט אויף דעם אויבערשטן („בך בהקב"ה"נד), עצמותו ית', בך בעצמותךנה,
וואָס דורך די כ"ב אותיות התורה ווערט אַ איד פאַראיינציקט מיט „בך", עצמות א"ס ב"הנו. און דאָס ווערט נמשך אין אַלע זיינע ענינים ופרטים (וועלכע שטעלן זיך אויס בבחי' עשר, עשר כחות הנפש וכו') באופן פון „בך יברך ישראל", אַז ישראל (יעדער איד און אַלע אידן) ווערט געבענטשט מיט אַלע ברכות — פון „בך", בעצמותך.
ט. ויש לומר אַז דאָס איז אויך מרומז אין שם הנפטרת — „חי' מושקא":
„חי'" (מלשון חיים) איז מרמז און גייט אויף כללות חיי הנשמה (חלק אלוקה ממעל ממש), וואָס ווערט נמשך פון מקור החיים בעצמותו ית'.
אין חיות (הנשמה) גופא זיינען פאַראַן בכללות צוויי דרגותנז: (א) חיות פרטי (פנימי) — אור וחיות הנשמה וואָס איז זיך מתלבש באופן פנימי ופרטי אין דעם352גוף (און אין די כחות פנימיים), און (ב) חיות כללי (מקיף הנשמה) — וואָס איז למעלה מהתלבשות (באופן פנימי) אין דעם גוף (ובכללות — דריקט זיך עס אויס אין די כחות מקיפים, רצון ותענוג).
ויש לומר אַז די צוויי ענינים זיינען מרומז אין די צוויי נעמען „חי' מושקא": „חי'" גייט (בעיקר) אויף די חיות פנימי, וועלכע באַלעבט דעם גוף בדרך התלבשות פנימית. און „מושקא" — וואָס איז אַ מין ריח בשמיםנח (ומברכין עליו בורא מיני בשמיםנט), ולכמה דיעותס איז דאָס איינער פון די י"א סממני הקטורת (מור) — גייט אויף מקיף הנשמה, כידוע אַז ריח איז אַן ענין של מקיף (ניט ווי אַ מאכל וואָס מ'איז טועם און עס גייט אַריין בפנימיות און ווערט דם ובשר כבשרוסא), און ריח איז משיב את הנפשסב [וואָס דערפאַר מאַכט מען „בורא מיני בשמים" במוצאי שבת, „כדי להשיב את הנפש שהיא דואבת ליציאת השבת בשביל הנשמה יתירה שהלכה כו'"סג], וואָרום ריח (וואָס דערגרייכט אין מקיף הנשמה) האָט בכח צו ממשיך זיין אַ חיות
58) ראה סה"ש תש"נ ח"א ע' 297 הערה 97.
59) ברכות מג, א. וגירסת הרי"ף ורבינו יונה ברכות שם: ממושקא.
60) רמב"ם הל' ברכות רפ"ט. הל' כלי המקדש פ"א ה"ג. ראב"ע תשא ל, כג. ועוד — נסמן בסה"ש שם. וראה שו"ע אדה"ז או"ח סרצ"ז ס"ג.
61) תניא פ"ה (ט, ב).
62) ראה תו"א תולדות כ, רע"ד. שם (בהוספות) קיז, ב. הנסמן בסה"מ מלוקט ח"ב ע' רטז הערה 52.
63) רשב"ם ותוס' פסחים קב, סע"ב. תוד"ה כי — ביצה לג, ב. שו"ת הרשב"א ח"ג סר"צ. שו"ע אדה"ז או"ח ר"ס רצז [ושם, „טוב להניח חתיכת מור בתוך מיני ריחות שמברכים עליהם בורא מיני בשמים (בהבדלה במוצש"ק) כו'"]. ועוד. — וראה לקו"ש חל"א ע' 191 ואילך. וש"נ. חדש אין דעם גוףסד. ביז נאָכמער — הנשמה נהנית מן הריחסה.
ובכללות — אין די חמשהסו שמות שנקראו לה (להנשמה), נפש רוח נשמה חי' יחידהסז — גייט „חי'" אויף נר"נ (פנימיות), און „מושקא" (ריח) גייט אויף חי' יחידה (מקיפים). ובפרטיות יש לומר — אַז „חי'" גייט אויף חי' שבנשמה (מקיף הקרוב אל הפנימי), און „מושקא" — יחידהסח (מקיף דמקיף, נשמה לנשמה). ביז — אויף עצם הנשמה (שלמעלה מה(חמשה) שמות שנקראו להסט), וואָס פון דאָרטן בעצם איז ריח ממשיך אַ חיות חדש (און הנאה ותענוג) אין נפש האדםע.
און בשעת די צוויי ווערטער („חי' מושקא") קומען צוזאַמען אַלס איין נאָמען פון איין מענטשן, באַדייט עס דעם חיבור ואיחוד פון ביידע ענינים צוזאַמען — אַז דער גילוי פון מקיף ועצם הנשמה (אחד עשר, כנגד די י"א סממני הקטורת) ווערט נמשך ונתלבש
64) ראה בכל זה (החילוק בין מאכל וריח, קרבנות וקטורת, ריח המאכל וריח בעצם) — עטרת ראש שער יוהכ"פ בסופו. שערי אורה ד"ה בכ"ה בכסלו פי"ג ופכ"ה. ד"ה והוא כחתן תרנ"ז פי"א (ע' קסב) ואילך. ד"ה ביום השמע"צ וד"ה וירח ה' עדר"ת (המשך תער"ב ח"א פרי"ג ואילך). לקו"ש ח"ה ע' 402. ועוד.
65) ברכות מג, ב.
66) ולהעיר שהר"ת של שם הנפטרת (חי' מושקא שניאורסאהן) הוא „חמש". וראה גם ס' השיחות תשמ"ח ח"א ע' 274.
67) ב"ר פי"ד, ט. דב"ר פ"ב, לז. וראה ע"ח שער דרושי אבי"ע פ"א. שער הגלגולים בתחלתו. ועוד.
68) ראה אוה"ת חנוכה (כרך ה) תתקסב, א.
69) ראה סה"מ תרצ"ו ס"ע 56. וש"נ.
70) ראה ד"ה והוא כחתן שם. המשך תער"ב שם פרי"ג. פרי"ח.353(ניט נאָר באופן מקיף, ווי דאָס איז דורך ריח אַליין, נאָר אויך) באופן פנימי אין דעם גוף און אין די עשר כחות פנימיים.
ויש לומר, אַז דאָס קומט פון בחי' יחידה שבנשמה ווי זי איז איין זאַך מיט דעם יחיד שלמעלה — „יחידה לייחדך"עא, און נאָכמער — פון עצם הנשמה („לה") ווי זי איז איין זאַך מיט עצמותו יתברך, „ישראל וקוב"ה כולא חד"עב — וואָס ער איז העכער סיי פאַר מקיפים און סיי פאַר פנימיים, דעריבער האָט ער בכח זיי צו מחבר ומאחד זיין, אַלע חמשה שמות יחד בגלוי.
און דאָס ווערט אויפגעטאָן בגלוי דורך תורה (כידועעג אַז דורך אורייתא ווערט נתגלה ווי „ישראל וקוב"ה כולא חד"), וואָס אויך אין תורה זיינען פאַראַן די צוויי דרגות און חיבור שניהם [ע"ד די צוויי דרגות אין תורה פון עשרת הדברות און אחד עשר (אנכי, „מיוחד שבעשרה"), און די כ"ב אותיות התורה וואָס איז זיי ביידן מחבר]: נגלה דתורה — חיות (פנימי), און פנימיות התורה — ריחעד (מקיף), „סוד טעמי' ומסתר צפונותי'"עה, וואָס גליא דאורייתא פאַרבינדט גליא דנשמה מיט גליא דקוב"ה און סתים דאורייתא פאַרבינדט סתים דנשמה מיט סתים דקוב"העו; און דורך חיבור שניהם יחד („חי' מושקא") — בכח העצם (שלמעלה מסתים וגליא) — ווערן זיי איין זאַך בגלוי, אַז אויך סתים דתורה וסתים דנשמה וסתים דקוב"ה — ביז עצמותו ומהותו ית' — קומט בגלוי ממש, אין גליא דקוב"ה, גליא דתורה און גליא דנשמה,
[ובלשון הכתוב בריש פ' משפטים — „ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם", אַז אויך „תשים" מלשון סימה (ואוצר)עז שבתורה — פנימיות התורה (וועלכע איז מצ"ע סתום וגנוז) שטייט באופן גלוי („ואלה"), ביז באופן פון „לפניהם", לפנימיותםעח, „כשולחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם"עט].
י. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם כח וואָס מ'האָט צו אויפטאָן דעם חידוש וואָס איז צוגעקומען נאָך כ"ב שבט — אַז אויך די וועלט (עשר) זאָל זיין מוכן ומוכשר צו מקבל זיין דעם גילוי פון אחד עשר (שלמעלה מעולם), אַ דירה לו יתברך בתחתונים בתכלית השלימות, בגאולה האמיתית והשלימה:
דורך דעם וואָס דער עצם הנשמה פון אַ אידן (וואָס איז „כולא חד" מיט עצמותו ית') שטייט בגלוי אין זיינע עשר כחות הנפש פנימיים (כמרומז אין שם הנפטרת, נוסף צו דעם רמז אין דעם מספר היום — כ"ב לחודש אחד עשר, כנ"ל ס"ח), גיט עס אים אויך דעם כח צו אויפטאָן אין וועלט, ביז אין גאַנץ סדר השתלשלות (וועלכער שטעלט זיך אויס אין עשר), די המשכה וגילוי פון אחד עשר, „אנת הוא חד ולא בחושבן", אַזוי אַז די גאַנצע וועלט — תחתונים מצד ענינם הם — זאָל ווערן אַ דירה לו יתברך, לו לעצמותומד.
354יא. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער חידוש (פון כ"ב שבט) דריקט זיך אויס דוקא בנוגע (די הסתלקות פון) בתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו:
כשם ווי באַ גאולת מצרים, זאָגן חז"לפ אַז „בשכר נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו ישראל ממצרים", אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו דער גאולה העתידה לבוא (אויף וועלכער עס שטייטפא „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"), אַז דאָס וועט זיין בשכר ובזכות נשים צדקניות שבאותו הדור, כמארז"לפב „אין הדורות נגאלים אלא בשכר נשים צדקניות שיש בדור". ובפרט ע"פ המבואר אין כתבי האר"י ז"לפג אַז דער דור האחרון אין גלות איז אַ גלגול פון דור יוצאי מצרים.
וואָס דאָס איז פון די טעמיםפד אויף דער השתדלות מיוחדת פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו אין דעם חינוך והדרכה פון נשי ובנות ישראל, אין אַלע ענינים פון אידישקייט, תורה ומצוותי', כולל — אין לימוד החסידות והפצת המעינות חוצה — וואָרום זייענדיק דער דור האחרון פון גלות און דער דור הראשון פון גאולה, איז דעמולט נאָכמער נוגע די עבודה פון נשי ובנות ישראל, וואָס בזכותן קומט די גאולה.
אויב דאָס איז אַזוי בנוגע צו אַלע נשי ובנות ישראל, עאכו"כ בנוגע צו בתו פון נשיא דורנו עצמו, וועלכע איז נתחנך געוואָרן דורך נשיא דורנו וכו'. און אויך לאחרי הסתלקותה ווערט נמשך איר השפעה, ובפרט אַז כו"כ מבנות ישראל נקראות על שמה, און דורך זייער הנהגה באַווייזן זיי אַ לעבעדיקן ביישפּיל, אַלס לעבעדיקע נשמות אין לעבעדיקע גופיםפה, אַז זיי זיינען נתחנך געוואָרן אין איר רוח און לויט אירע אָנווייזונגען, און לויט איר ביישפּיל (אַלס בתו פון נשיא דורנו).
עפ"ז יש לומר דעם טעם פאַרוואָס נאָך כ"ב שבט (יום הסתלקות פון בתו) האָט זיך אויפגעטאָן דער שלב האחרון אין צוגרייטן די וועלט (אַלס אַ דירה לו יתברך בתחתונים) צו דער גאולה, וואָרום שלימות ענין זה קומט ע"י ובשכר נשי ובנות ישראל.
יב. די מעלה פון נשי ובנות ישראל אין דער עבודה פון מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים (די התאחדות פון עשר און אחד עשר) וועט מען פאַרשטיין בהקדים אַ תוספת ביאור אין דעם וואָס עס האָט זיך פריער גערעדט וועגן דער עבודה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים:
וויבאַלד אַז חז"לכד נוצן דעם לשון „דירה בתחתונים", איז פאַרשטאַנדיק אַז מ'קען פאַרשטיין דער תוכן דערפון דורך פאַרגלייכן דאָס צו דירת האדם למטה [וועלכע ווערט נשתלשל פון ענין הדירה למעלה].
מ'זעט בפשטות אַז אע"פ וואָס אַ דירה קען באַשטיין בלויז פון אַ מקום מסויים וואָס איז מוכשר לדירת האדם, איז אָבער שלימות הדירה — בשעת דאָס355איז אַ דירה נאה מיט כלים נאים, ביז אַז „שלשה מרחיבין דעתו של אדם, אלו הן, דירה נאה ואשה נאה וכלים נאים"פו.
דאָס הייסט, אַז אין אַ דירה בפשטות זיינען פאַראַן צוויי ענינים: (א) אַ דירה איז אינגאַנצן בטל צו דער בעל הדירה וואָס לעבט אין איר. אַלע פרטים פון דער דירה (כדבעי) זיינען אים משמש, און אין דעם באַשטייט זייער גאַנצע מציאות. (ב) די דירה נאה איז מרחיב דעתו של אדם.
אַזוי איז אויך מובן בנוגע צו „דירה בתחתונים": שלימות הדירה איז דוקא בשעת דאָס איז אַ „דירה נאה" מיט „כלים נאים", נוסף אויף דעם וואָס דער איד אַליין פירט זיך דאָרט באופן „נאה" (ווי עס פּאַסט פאַר כנסת ישראל — „אשה נאה"). דאָס הייסט: אין צוגאָב דערצו וואָס מ'מאַכט אויף פון תחתונים אַ דירה פאַרן אויבערשטן באופן המוכרח ע"פ שורת הדין, מאַכט מען עס אויך אַ „דירה נאה" — כפס"ד הלכהפז: „בכל דבר שהוא לשם א־ל הטוב שיהי' מן הנאה והטוב, אם בנה בית תפלה יהי' נאה מבית ישיבתו וכו'". „זה א־י ואנוהו"פח, „התנאה לפניו במצוות, עשה לפניו סוכה נאה ולולב נאה וכו'"פט. ועד"ז איז מובן בנוגע צו כללות העבודה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים, אַז דאָס דאַרף זיין באופן פון „(דירה) נאה". און דאָס איז נוגע ניט נאָר צו שלימות התחתון, נאָר אויך צו דעם בעל הדירה — דירה נאה מרחיבה דעתו של אדם העליון כביכול.
די שלימות החיבור והיחוד פון עשר און אחד עשר וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך „מעשינו ועבודתינו" (ווי דאָס איז בהדגשה אין יום עשירי בחודש אחד עשר, ובשלימות הגילוי — אין כ"ב שבט) טוט אויף אַ חידוש וואָס איז ניט געווען לפני זה, [און דערפאַר איז די גאולה האמיתית והשלימה — ווען עס וועט זיין שלימות הענין פון דירה לו יתברך בתחתונים („גילוי אור א"ס ב"ה בעוה"ז הגשמי"לח), אַז עשר ווערט איין זאַך מיט אחד עשר — „תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות"לח]:
מצד דעם גילוי פון „אחד עשר" מצ"ע — איז דער וועג ווי דער תחתון קען דאָס אויפנעמען איז דורך ביטול מציאותו („פרחה נשמתן"); מצד דעם גילוי פון „עשר" מצ"ע ווערט דער תחתון טאַקע נתאחד מיט אלקות, אָבער נאָר מיט דער דרגא וואָס איז בערך הבריאה, ניט מיט אלקות שלמעלה מהבריאה (אחד עשר).
דורך עבודת האדם למטה בזיכוך ובירור התחתון, מאַכט מען אויף, אַז אויך תחתונים (עשר) מצד ענינם הם זאָלן זיין אַ דירה לו יתברך, ניט נאָר צו די דרגות אין אלקות וועלכע זיינען בערך צו עולם, נאָר אויך צו אלקות וואָס איז שלא בערך, ביז צו עצמות ומהות אַליין, און נוסף אויף „דירה לו יתברך", אויך — איין זאַך כביכול מיט הוא יתברך (דער יש הנברא עצמו איז יש האמיתי).
און דער חידוש איז ניט נאָר אין דער בריאה — אַז דורך עבודת התחתונים קען די בריאה אויפנעמען אלקות וואָס איז שלא בערך צו עולם — נאָר אויך אין אלקות כביכול. כמבואר אין חסי־356דותצ, אַז דורך עבודת האדם בתומ"צ בתחתונים ווערן אויפגעטאָן צוויי ענינים: (א) דער אור אלקי וואָס איז שלא בערך צו עולם און האָט מצ"ע ניט געקענט נתקבל ווערן אין עולם (וואָס דערפאַר איז געווען דער צמצום), ווערט נמשך אין עולמות באופן אַז זיי ווערן נתבטל במציאותם און זיי נעמען אויף דעם אור. נאָכמער: (ב) עס ווערט נמשך ונתגלה אַן אור חדש פון עצמותו ומהותו ית', שלמעלה פון דעם אורצא שהי' ממלא מקום החלל. ויש לומר נאָכמער — אַז דורך דער עבודה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים, ווערט נתמלא דער תענוג ותשוקה אין עצמותו ית' כביכול — וואָס „נתאוה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים" (און „שוקיו עמודי שש", „זה העולם שנשתוקק הקב"ה לבראותו"צב), וואָס דער „נתאוה" איז דוקא אין עצמותו יתברךצג.
ויש לומר, אַז פון די צוויי ענינים קומען אַרויס צוויי נקודות וואָס דאַרפן זיין באַ דעם אדם העובד אין דעם אופן העבודה פון מאַכן די דירה בתחתונים:
מצד דעם ערשטן ענין (דער חידוש לגבי הבריאה) — באַשטייט דער עיקר עבודה צו איבערמאַכן די דברים גשמיים בתחתונים („בענין הסתר אורו ית'"צד) זיי זאָלן זיין כלים מוכשרים אויף גילוי אלקות (דורך מאַכן תפילין מקלף גשמי, ציצית מצמר גשמי וכו'), ובכללות — אַ „דירה לו יתברך", אַ מקום מוכשר פאַר גילוי אלקות און השראת השכינה, ביז — פאַר עצמותו ית'.
[וע"ד דער ערשטער ענין הנ"ל אין אַ דירה בפשטות, אַז די דירה איז אינגאַנצן בטל צו דעם בעל הדירה וואָס לעבט אין דער דירה].
מצד דעם צווייטן ענין (דער חידוש למעלה) — קומט צו אַז די עבודה דאַרף זיין צו שאַפן אַ „דירה נאה" און „כלים נאים", וועלכע זיינען מרחיב דעתו של אדם, כנ"ל.
[וע"ד דעם צווייטן ענין אין אַ דירה: נוסף צו דעם וואָס כל עניני הדירה זיינען בטל צום בעל הדירה, איז די דירה נאה וכלים נאים מרחיבין דעתו של אדם].
יד. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות דערפון מיט נשי ובנות ישראל:
מ'זעט בפועל אין אַ דירה בפשטות, אַז דער עיקר נוי ויופי הדירה והכלים — הן בגשמיות והן ברוחניות — איז תלוי אין דער אשה, „עקרת הבית"צה. וכידוע אַז דער ענין פון נאה (און דער כח צו אויפטאָן נאה) איז דאָ במיוחד ביי אַן אשה — „אשה נאה"צו, „כלה נאה וחסודה"צז. ביז אַז „אין האשה אלא ליופי"צח357— יופי ברוחניות וואָס דערפון ווערט נשתלשל אין יופי בגשמיותצט.
ויש לומר אַז דאָס ווערט נשתלשל דערפון וואָס אַזוי איז דאָס אויך אין דער עבודה פון מאַכן אַ „דירה בתחתונים", אַז אין נשי ובנות ישראל איז תלוי אַ חלק עיקרי פון דער עבודה צו מאַכן אַז די דירה זאָל זיין אַ „דירה נאה" מיט „כלים נאים".
ווי אונטערשטראָכן במיוחד אין די דריי עיקריות'דיקע מצוות שעליהן נשען כל בית ישראל — הדלקת נרות שבת קודש ויום טוב, כשרות האכילה ושתי' און טהרת המשפחה (ר"ת „החן"ק, חן ויופי ונוי), וואָס די מצוות טוען אויף עס זאָל זיין (נוסף אויף אַ דירה לו יתברך בתחתונים בכלל) — אַ „דירה נאה" און „כלים נאים", דורכגענומען מיט די שיינקייט (גייסטיקע און גשמיות) פון כשרות, טהרה און קדושהקא.
ועד"ז אין דעם ענין פון חינוך הבנים והבנות — וואָס דאָס שטעלט אַוועק דעם יסוד החיים פון יעדען מענטשן — זעט מען בפועל, אַז זייער חינוך איז אָפּהענגיק פון דער מוטערקב. ובפרט דער חינוך והדרכה פון יונגע קינדער, און וואָס אינגער, אַלץ מער איז דאָס תלוי אין דער מוטער: זי גיט אין זיי אַריין פון גאָר יונג אָן די חיות און רוח פון אידישקייט, וואָס על יסוד זה וואַקסן אויס בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי', בשלימות ברוחניות ובגשמיות — באופן נאה ויפה וכו'.
דאָס הייסט, אַז נוסף אויף דעם וואָס די קינדער זאָלן זיין עוסקי תומ"צ ע"ד הרגיל, גיט אין זיי אַריין די מוטער דעם געשמאַק און וואַרעמקייט (מיט דער איידלקייט און ליבשאַפט וואָס איז דאָ במיוחד אין דער נאַטור פון נשי ובנות ישראל) אַז דער עסק בתומ"צ זאָל זיין באופן נאה וטוב, אַזוי אַז מ'קען אויף אים אָנווייזן און זאָגן: „זה א־לי ואנוהו" (כנ"ל סי"ב).
כנראה — לדוגמא — אין דעם מנהג טוב פון אידישע מוטערס צו זינגען צו זייערע גאָר קליינע קינדערלעך נאָך ליגנדיק אין וויגעלע — אַז תורה איז די בעסטע זאַך, די זיסטע זאַך, די שענסטע זאַך וכו'. וואָס דאָס וואָרצלט איין אין דעם קינד — אויך אויף ווען ער וואַקסט אויס („גם כי יזקין לא יסור ממנו"קג) — אַ טיפע ליבשאַפט און טייערקייט צו אַלע ענינים פון תורה און מצוות.
טו. דער ענין פון אַריינברענגען שיינקייט („נאה") אין דער דירה און אין אַלע ענינים פון אידישקייט — זעט מען בגלוי אין מצות הדלקת נרות שבת קודש ויו"ט:
358דורך דעם וואָס אַ אידישע פרוי און טאָכטער צינדט אָן אַ הייליקע ליכט פאַר שבת ויו"ט מיט אַ ברכה — ברענגט זי אַריין אין שטוב הייליקע ליכטיקייט, וואַרעמקייט און שיינקייט (נאה), וואָס באַלייכט און באַשיינט די גאַנצע שטוב, און אַלע בני בית — אויך דעם בעל און די בנים — מיט „נר מצוה ותורה אור"קד, אַלע ענינים פון תורה ומצוותקה,
[אוצר החכמה
[אָנהויבנדיק דערפון וואָס מיט הדלקת נרות שבת פירט זי אַריין דעם יום השבת קודש פאַר כל בני הבית (און ערשט דערנאָך קומט תפלת ערבית און קידוש פון דעם בעל)].
און דער חידוש אין נר שבת ויו"ט איז — אַז דאָס טוט אויף עס זאָל זיין אַ „דירה נאה" באופן גלוי לעיני בשר — יעדערער קען זען ווי די דירה ווערט באַלויכטן און באַשיינט מיט די לייכטנדיקע ליכט.
ויש לומר, אַז דאָס איז איינער פון די טעמים פאַרוואָס די רמ"ח מצוות עשה (רמ"ח אברין דמלכאקו) מיט די ב' ידים (די צוויי כללות'דיקע קוים פון אהבה ויראה, וועלכע ברענגען אַריין שלימות אין קיום המצוותקז) זיינען בגימטריא „נר"קח — ווייל אין הדלקת נר דריקט זיך אויס בגלוי די שלימות פון קיום כל המצוות, צו מאַכן פאַרן אויבערשטן אַ „דירה נאה" בתחתונים.
טז. ולהוסיף אַז דאָס איז אויך מרומז אין שם הנפטרת — „חי' מושקא", וואָס באַדייט חיות און ריח בשמים (כנ"ל ס"ט):
בכדי עס זאָל זיין אַ „דירה נאה" פאָדערט זיך אַז אין דער דירה זאָל זיין חיות, זי זאָל זיין אַ לעבעדיקע שטוב (וואָס חיות איז בהוספה צו דעם עצם מציאות הדבר). און נאָכמער — דאָרט זאָל זיך פילן אַ ריח בשמים — אַ ריח טוב ונאהקט, הן ברוחניות און הן בגשמיות, וואָס גיט צו נאָכמער נוי אין דירה (ע"ד ווי די הוספה וואָס קומט צו דורך אור הנרותקי). [און דאָס איז נאָכמער בהדגשה ביום השבתקיא, וואָס ענינו איז עונג].
ועד"ז אויך אין רוחניות הענינים — איז אַ „דירה נאה" תלוי אין דעם אַז עס זאָל זיין סיי די עבודה פון „חי'" — די חיות פנימי און כחות פנימיים, און סיי359די עבודה פון „מושקא" — די כחות המקיפים, ביז יחידה שבנפש, דער ענין פון תענוג (נאה).
וואָס דאָס טוט אויף, אַז נוסף צו זיין אַ דירה בתחתונים בכלל (וואָס איז בטל „לו יתברך"), ווערט עס אַ „דירה נאה" (ווי דאָס איז אויך בפשטות הענין, אַז דער ריח נאה פון „מושקא" פועל'ט אַז בכל הבית זאָל זיין אַ ריח ורוח נאה), אַזאַ נוי וועלכער איז משיב את הנפש והנשמה נהנית ממנו, און דאָס איז מרחיב דעתו של אדם — דאָס ברענגט אַריין (ובפרט צוזאַמען מיט נרות שבת קודש ויו"ט) אַן אור חדש וחיות חדש אין כל בני הבית און אין כל הדירה כולה, ביז — אין כל העולם כולו און אין גאַנץ סדר ההשתלשלות,
כולל און אָנהויבנדיק פון — הנאה ותענוג באַ דעם בעל הדירה האמיתי, דער אויבערשטער (וואָס „נתאוה" עס זאָל זיין פאַר אים אַ דירה בתחתוניםקיב),
ביז — די שלימות פון „אורוקיג של משיח", ו"רוחוקיד של מלך המשיח"קטו, בגאולה האמיתית והשלימה, וועלכע קומט בשכר נשים צדקניות בישראלקטז, כנ"ל.
ועפ"ז יש לומר, אַז די הוספה פון כ"ב שבט (אחד עשר בכפליים) איז כולל, אַז נוסף צו דעם וואָס עס ווערט דער יחוד פון עשר און אחד עשר (יום עשירי בחודש אחד עשר, ביז יום אחד עשר בחודש אחד עשר) — אַ דירה בתחתונים בכלל — גיט צו דער צווייטער אחד עשר, אַז דאָס ווערט אַ „דירה נאה", וואָס איז מרחיב דעתו של אדם העליון. ויש לומר אַז דורך דעם (וואָס מ'מאַכט אויף אַ „דירה נאה" וואָס איז מרחיב דעתו של אדם) איז נאָכמער מודגש די התאחדות פון „עשר" און „אחד עשר", ווייל נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז אַ „דירה (הבטלה וטפלה) לו יתברך", איז די דירה בתחתונים מוסיף ומחדש אַ נייע התרחבות אפילו לגבי למעלה כביכול.
יז. דערפון האָט מען דעם לימוד פאַר נשי ובנות ישראל בכלל, ובמיוחד — פאַר די שלוחות תחיינה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — וועלכע האָבן זיך דאָ צוזאַמענגעקליבן מכל קצוי תבל אין דעם „כינוס השלוחות העולמי":
נוסף צו דעם וואָס אַלע אידן האָבן די שליחות פון דעם אויבערשטן צו360מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים (כמדובר כמ"פ בארוכה), האָבן נשי ובנות ישראל די שליחות מיוחדת צו מאַכן אַז דאָס זאָל זיין אַ „דירה נאה" מיט „כלים נאים",
אָנהויבנדיק דורך דעם קיום וחיזוק פון די דריי מצוות הנ"ל שניתנו להן במיוחד אין זייער דירה פרטית, כשרות האכילה ושתי', טהרת המשפחה, און נרות שבת קודש ויו"ט, כולל — די השתדלות אַז אויך קליינע מיידעלעך (משהגיעו לידי הבנה) זאָלן אָנצינדן די נרות (פריער פאַר זייער מוטער, בכדי די מוטער זאָל זיי קענען העלפן כו').
און אַזוי אויך — זען משפיע זיין אויף אַנדערע נשי ובנות ישראל אַז אויך זיי זאָלן מקיים ומחזק זיין די מצוות האמורות.
ובכללות — ליגט אויף זיי אַ חלק עיקרי פון דער אחריות און זכות צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אַ דירה נאה מיט כלים נאים — „ועשוקיז לי מקדש ושכנתי בתוכם"קיח, בתוך כל אחד ואחת מישראלקיט, אָנהויבנדיק באַ זיך אַליין און אין דער אייגענער שטוב, דערפון אויפמאַכן אַ משכן ומקדש לה', אַ בית תורה תפלה וגמילות חסדים (כמדובר כמ"פקכ), דורך זיך אַליין אויפפירן — און אַזוי אויך מחנך זיין די קינדער און בני בית — ווי עס פּאַסט פאַר אַ „משכן" און „מקדש" לה', און בפרט אַ משכן ומקדש נאה,
כולל — דורך דעם וואָס מ'ברענגט אַריין אין שטוב, און אין יעדן חדר אין שטוב — ענינים פון תורה, תפלה וגמילות חסדים, און אויך פאַרזיכערן אַז יעדער קינד אין שטוב זאָל האָבן אַן אייגענעם: חומש (און אַנדערע תורהספרים), סידור, צדקה־פּושקע, ומה טוב — אויך אַן אייגענעם קליינעם תניא.
ובכללות — אָננעמען החלטות טובות צו מוסיף ומחזק זיין דעם שטח פון חינוך בני ובנות ישראל, אָנהויבנדיק פון גאָר קיין־ווייז אויף (כנ"ל),
ועוד וגם זה עיקר — בפרט בדורנו זה, ובמיוחד — באַ די שלוחות תחיינה — צו משפיע זיין אויף אַנדערע נשים ובנות, בכל עניני תורה ומצוות און אידישקייט, הפצת התורה והיהדות, אין אַלע דריי קוים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, והפצת המעינות חוצה.
ובפרט נעמענדיק דעם כח פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו און פון זיין בית הכנסת ובית המדרש ובית מעשים טובים (וואו מ'געפינט זיך איצטער), וואו ער האָט זיך עוסק געווען (בעשר שנים האחרונות בחיים חיותו בעלמא דין) אין תורה עבודה וגמילות חסדים, ובהדגשה — אין אַלע דריי ענינים, און אין הפצת המעינות חוצה, און דאָס איז דערנאָך נמשך געוואָרן ע"י כל אחד ואחת, ובאופן פון מעלין בקודש, אויך לאחרי זה, והולך ומוסיף ואורקכא;
כולל ועיקר — בזמננו זה, די לעצטע רגעים פאַר דער גאולה — צו מעורר361זיין זיך און אַלע נשי ובנות ישראל וועגן דעם גודל הזכות פון נשי ובנות ישראל צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, וועלכע קומט „בשכר נשים צדקניות שיש בדור", כנ"ל.
יח. ויהי רצון — והוא העיקר מכל העיקרים — אַז כן תהי' לנו בפועל, און תיכף ומיד ממש, ובפרט קומענדיק פון כ"ב שבט, „בך יברך ישראל" — אַז בזכות ובשכר נשים צדקניות זאָלן אַלע אידן שוין גלייך נגאל ווערן בגאולה האמיתית והשלימה,
והקיצו ורננו שוכני עפרז, ובתוכם — כ"ק מו"ח אדמו"ר און בתו הנפטרת, מיט אַלע צדיקים וצדקניות און אַלע נשמות בכלל, און צוזאַמען מיט אַלע אידן וואָס זיינען איצטער נשמות בגופים — לאריכות ימים ושנים טובות, נשמה בריאה בגוף בריא — גייט מען איבער, בלי שום הפסק כלל, אין חיים נצחיים, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש, ולכל לראש — תיכף ומיד ממש בפשטות ממשקכב.
122) באור ליום ב' פ' משפטים, כ"ב שבט, חילק כ"ק אדמו"ר שליט"א לכאו"א: „קובץ כ"ב שבט", פרוסת „לעקאח", שטר של חמש דולר (לתתו (או חילופו) לצדקה). ואולי הוא גם כנגד הג' קוים דתורה (הקובץ), עבודה („לחמי לאשי", ודוגמתו — לעקאח), וגמ"ח (צדקה). ובמספר של חמש — ר"ת של שם הנפטרת. המו"ל.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשנ"ב, חלק ב
- Id
- rh-bs4xktyj