עברית
Library

Letter 2340

י"ב טבת, תשי"ד · מרת רחל תחי'

ב"ה, י"ב טבת, תשי"ד

ברוקלין.

מרת רחל תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום ג' אין וועלכען איר שרייבט אז אייערע קינדער זיינען אין גוטען געזונט און לערנען בהתמדה, און השי"ת זאל העלפען אז איר מיט אייער מאן שיחיו זאלן האבען פון זיי פיל אידישן נחת חסידישן נחת און אויפנעמען דאס מיט גוטען געזונט און מיט א פרייליכער הארץ און פרנסה.

איך בין אויך געווען צופרידען צו דערוויסען זיך אז איר נעמט איינטייל אין א סיסטערהוד, און איך האף אז איר וועט טאן צו פארבעסערען דעם מצב ברוחניות, און מיין האפנונג ווע[ר]ט פארשטארק[ט] דורכן לייענען אייער ארטיקעל אין וועלכען איר שרייבט וועגען די גייסטיקע וויטאמינען, וואס דאס איז איינע פון די זאכען וואס אין אמעריקא דארפמען דאס באווארענען אויף טריט און שריט, אז מען זאל ניט דיינקען אז מיט צדקה גשמית קען מען שוין יוצא זיין אלע תרי"ג מצות, וואס וויפיל עס זאל ניט זיין גרויס די מצוה פון צדקה, ביז עס ווערט אנגערופען מצוה סתם אפילו, דאך זיינען פראן אבער נאך 612 מצות וועלכע מען מוז מקיים זיין, און צווישען זיי, אפהיטען שבת, כשרות טהרת המשפחה און נאך און נאך, און וויפיל מען זאל ניט ווידערהאלען און ריידין וועגען דעם, איז נאך אלץ ניט גענוג און עס איז דא גענוג נויטיקייט צו ווידערהאלען דורכאויס, און ספעציעל ווען מען זאגט דאס אין ענגליש און מיט די פאסענדע ערקלערונגען, און השי"ת זאל אייך העלפן און מצליח זיין אויך אין דעם.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 8
Id
rh-j1g7q6g7

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2340