עברית
Library

Letter 2433

כ"ד שבט, תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, כ"ד שבט, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"א שבט אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם ענין פון געבען א נאמען אייער אייניקעל, וואס דאס איז געטאן געווארען דורך דער שוויגער פון אייער טאכטער שיחיו.

לויט ווי עס שטייט אין ספרים, איז געבען א נאמען צו א געבארענעם קינד דארף דאס געטאן ווערען דורך דעם פאטער און מוטער.

זעלבסט פארשטענדלעך אז זיי קענען איבערגעבען וועמען צו טאן דאס אין זייער נאמען, און אויב אין דעם פאל איז דאס ניט געטאן געווארען אזוי, דארפמען זעהען אז אייער טאכטער מיט אייער איידים זאלען זיך צונויפריידין און קומען צו א געמיינזאמען הסכם וואס פאר א נאמען צו געבען דאס קינד.

און אזוי ווי מען האט שוין געמאכט א מי שברך און דאס קינד האט שוין א נאמען, דארפמען דעם נאמען ניט אויפגעבען חס ושלום, אבער דאך קען מען צוגעבען נאך א נאמען, און השי"ת זאל אייך העלפען מיט אידישן נחת פון אלע אייערע מתוך הרחבת הדעת.

בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 8
Id
rh-zpt3nkke

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2433