עברית
Library

Letter 2480

כ"ג אד"ר, תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, כ"ג אד"ר, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

... בנוגע אייער שאלה צי פארען אין ארץ הקדושה ת"ו אדער פארניצען די געלט אויף צו קויפען א ספר תורה.

לויט מיין מיינונג וואלט אי[ר] באדארפט די געלט געבען צו א קרן גמילות חסדים, וואס דענסטמאל איז אין גרעסטען טייל די געלט בלייבט גאנץ (וויילע זייער א קליינער פראצענט זיינען די וואס באצאלען ניט קיין גמילות חסד) און דאס דינט פאר א דויערענדען זכות פאר דעם וואס גיט די געלט, און אין דעם קען זיי[ן] צוויי אופנים, צו געבען די געלט ספעציעל פאר א גמ"ח קרן אין ארצנו הק' ת"ו אדער סתם, ד.ה. סיי פאר אה"ק ת"ו און סיי פאר חוץ לארץ, און אויב איר ווילט קענט איר אריינגעבען די געלט אין איינע פון די קרן גמ"ח וועלכע געפינען זיך אין מיין מזכירות.

און השי"ת זאל אייך געבען און וועט אייך געבען אריכות ימים ושנים טובות אז איר זאלט קענען פון צייט צו צייט מוסיף זיין צו דעם קרן גמ"ח סיי פון אייגענע און סיי פון די געלט וואס וועט איר נעמען פאר דעם צוועק פון אייערע קינדער און פריינד שיחיו.

בברכה.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 8
Id
rh-6a7asps6

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2480