עברית
Library

Letter 2318

כ"ז כסלו, תשי"ד · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, כ"ז כסלו, תשי"ד

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף פאריז

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף - נאך דעם לאנגען איבעררייס - אז איר זייט ווידער צוגעטראטען צו דער ארבעט, און ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר זייט זיך משתדל צו אריינציהען פרויען אויך פון אנדערע קרייזען, און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט פון אדמו"ר הזקן, אז חסידות איז דאס פאר אלע אידען אן אויסנאם, און די אלע וועלכע טוען צו פארווירקליכען דאס, איז זייער שכר שייער גרויס, און איך האף צו הערען פון אייך נאך גוטע בשורות אז אייער ארבעט ווערט אלץ מער און גרעסער סיי בכמות און סיי באיכות.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיין מכתב כללי אין צוזאמענהאנג מיט דעם חג הגאולה י"ט כסלו, וואס זיין אינהאלט איז גילטיג א גאנץ יאר, און איך האף אז דאס וועט אייך בריינגען נוצען אין אייער ארבעט.

בברכת הצלחה בכלל ובפרט.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 8
Id
rh-fhmpvbka

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2318