עברית
Library

Letter 2617

כ"ז ניסן, תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, כ"ז ניסן, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער ענטפער און ספעציעל פון אייער באטאנען, איז איר ווילט ניט זאגען אז עס [איז] ניט גוט ח"ו, און עס איז באוואוסט דער ווארט פון רבותנו הק' אז מען טראכט גוט וועט זיין גוט, וועלכעס עס איז אויך א הבטחה, און השי"ת זאל העלפען אז דאס זאל זיין בטוב הנראה ונגלה ובקרוב.

איך בין אויך געווען צופרידען צו דערוויסען זיך אז איר האט זיך באטייליגט אין דער התועדות פון אחרון של פסח סעודת משיח און עס איז באוואוסט דער פסק רז"ל אז שמחה איז פורץ גדר און בפרט שמחה וועלכע רופט זיך אויפן נאמען פון משיח, וואס אויף משיח ווערט געזאגט, עלה הפורץ לפנינו (אגדת בראשית סוף פרשה ס"ג, וראה ג"כ בראשית רבה סוף פרשה פ"ה, אור התורה לאדמו"ר הצמח צדק שמות סוף עמוד נ"א).

בא דער געלעגענהייט וויל איך בעטין אייך גריסען אייער ברודער שי' און שליס מיין בריף מיט מיין ברכה צו אייך און אלע אייערע פאר א געזונטען פרייליכען זומער.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 8
Id
rh-fzd5jc0j

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2617