Letter 2466
י"ב אד"ר, תשי"ד · ברוקלין.
איך האב באקומען אייער בריף פון ה' אד"ר, און עס איז ריכטיג ווי איר שרייבט אז צו זיין אויף א חתונה בא א קינד איז דאס א גרויסער פארגעניגען און מען ווארט דאך אויף דעם פילע יארען, און דעריבער האב איך געשריבען אין מיין פאריגען בריף, אז וויבאלד דאס איז א גלייכע זאך וועט זיכער השי"ת געבען אויף די הוצאות וועלכע זיינען פארבונדען מיט דעם (און ווען מען וועט ניט פארען, וועט די געלט סיי ויי סיי ניט זיין אין אנדערע ווערטער דאס פארט מען אויף די הוצאות פון השי"ת און דאס האט ניט קיין שייכות צו אנדערע חובות וואס מען דארף צאלען אדער העלפען די אנדערע קינדער שיחיו), פון דער אנדער זייט אבער איז צו זיין אויף א שמחה בא קינדער איז דאס א גרויסער זכות און דעם זכות פארדינט מען דורך אמונה ובטחון אין השי"ת, אבער ווי איך זעה פון אייער בריף, איז בא מיר געווארן א ספק צי דער מצב איז טאקע אזא...
השי"ת זאל העלפען אז איר ביידע זאלט זיך שטארקן אין אמונה ובטחון ווי עס באדארף זיין אין א חסידישער הויז, און השי"ת זאל אייך מזכה זיין מיט חסידישן נחת פון אלע אייערע קינדער שיחיו מיט גוטען געזונט.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 8
- Id
- rh-21svj7ka
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit