Letter 1569
כ' אייר, תשי"ב · ברוקלין.
זיינען צייט האב איך עהראלטען אייער בריף מיט די בייגעלייגטע ביישטיייערונגען פאר מעות חטים און כולל חב"ד.
עס האט מיך געפרייט צו לייענען אין אייער בריף, אז עס ארט אייך, וואס איר האט ניט די מעגליכקייט צו געבען צדקה ווי איר וואלט וועלען, זיכער פארטיפט איר זיך אין דעם וואס מיר זאגען אין דאוונען - אין אשרי - רצון יריאיו יעשה, אז הקב"ה ערפילט דעם ווילען פון די וועלכע זיינען יראיו, און דערפאר האף איך, אז הקב"ה זעהענדיג אייער ווילען צו אנהאלטען אייערע גוטע מנהגים אין צדקה און אנדערע מעשים טובים, וועט השי"ת אייך העלפען אז איר זאלט האבען די מעגליכקייט אויף דעם, און איך ווינטש אייך אז איר זאלט דאס טאן מתוך שמחה ובריאות הנכונה.
בברכת קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 6
- Id
- rh-ezxhcc08
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit