עברית
Library

Letter 1861

כ"ב אלול, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, כ"ב אלול, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מיו"ד אלול, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייערע איבערלעבונגען און אויך אז איר ווערט לייכט אויפגערעגט און עס פאלען אייך אריין מחשבות וכו'.

הנה בכלל דארף מען מסיח דעת זיין פון דעם, זעלבסט-פארשטענדליך אז מען דארף טאן דאס וואס דער דאקטאר הייסט צו טאן, אבער דאס איז נאר וואס עס איז פארבונדען מיט דעם כח המעשה, אבער אריינטראכטען זיך אין דעם, איז דאס ניט אונזער זאך, און ווען איר וועט מסיח דעת זיין פון דעם וועט איר זיכער זיין געזינטער, און ווע[ט] האבען מער צייט אויף צו מצליח זיין אין אייערע פרטיות'דיקע ענינים און אויך אין דער השתתפות אייערע אין דער עסקנות חב"ד באה"ק ת"ו.

עס וואלט גלייך געווען אז איר זאלט קענען אויף אויסווייניג עטליכע פרקים משניות און עטליכע פרקים פון תניא זעלבסט-פארשטענדליך אין אזא אופן אז דאס זאל אייך ניט אנשטריינגן און ווען איר וועט פילען אז איר רעגט זיך אויף אדער עס פאלען אייך אריין מחשבות ניט געוואונשענע, זאלט איר דענסטמאל טראכטען א פאר משנה'ת משניות און א פאר שורות פון תניא און מעט אור איז דוחה הרבה חשך און בפרט אז דער אור איז פון דעם מאור החסידות, און אז דער חשך איז א

געדאכטער - מדומה - חשך.

אייער פ"נ לראש השנה הבע"ל, האב איך באקומען און וועל עם

לייענען - בל"נ - בעת רצון אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

ולקראת השנה החדשה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנני בזה להביע ברכתי לו ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות,

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 6
Id
rh-s2vxr7mt

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1861