עברית
Library

Letter 1695

ט' תמוז, ה'תשי"ב · ברוקלין, נ.י.

ב"ה, ט' תמוז, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריוו פון כ"ט סיון, און איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אים אז איר האט באזוכט כפר חב"ד און בייגעוואוינט א חסידישן פארברענגען און אז איר זייט ב[עגיי]סטערט געווארן פון דער הארציקייט פון אמת אידיש חסידישער געשמאקייט וואס איר האט דארט געזען.

זיכער ווייסט איר דעם מאמר רז"ל לא המדרש עיקר אלא המעשה, דאס הייסט, דער עיקר איז ניט טעאריע נאר פראקטישע מעשים. דאס איז בכלל בא מענטשן, און בפרט בא יוגנט.

יעדע זאך וואס א מענטש איבערלעבט איז בהשגחה פרטית וואס דארף באטראכט ווערן אלס א הוראה מלמעלה, א ג-טלעכע אנווייזונג און לערע פאר זיך פערזענלעך אין לעבן.

איר, וועלכע האט נאך אייער גאנצן לעבן פארויס, דארפט פארשטיין, אז די געשמאקייט און אידיש חסידיש ווארימקייט וואס מ'האט אייך געוויזן, איז דאס ניט נאר כדי צו שאצן אלס א גוטע זאך בא יענעם, נאר א הוראה צו באקומען א טיפערן קוק אויף דעם לעבן און ארבעטן, אויף זיך און מיט זיך איינצוגלידערן די דאזיקע גוטע זאכן בא זיך אין לעבן.

זעלבסטפארשטענדלעך, אז א גוטע זאך דארף מען זען עס זאל אנקומען אויך צו אנדערע. האף איך, אז איר וועט זען צו משפיע זיין אויף אייער סביבה אריינצוברענגען דעם גייסט, די מיינונג און די שטרעבונג.

איך האף, אז איר וועט זיך ניט באגנוגענען מיט איין באזוך בא אנ"ש און וועט זען פון צייט צו צייט צו זיין בא זיי, און באזוכן אויך די "בית רבקה" דארטן וכו'.

השי"ת זאל העלפן אייער באזוך אין ארץ ישראל זאל זיין בהצלחה, און איך וועל זיין צופרידן צו הערן פון אייך גוטע נייעס.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 6
Id
rh-vh9cgzdp

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1695