עברית
Library

Letter 1669

א' תמוז תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, א' תמוז תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום ו' פ' שלח אין וועלכער איר שרייבט אז נאכן איבערקלערען די פראגע פון די ערציהונג פון אייער[ע] קינדער שי' זייט איר מיט אייער מאן שיחיו געקומען צו[ם] באשלוס צו שיקען זי[י] אין דער ליובאוויטשער ישיבה און גיט צו אז איר האט געקעמפט מיט דעם געדאנק, וויילע די קינדער זיינען בא אייך זייער טייער.

איך וויל ווידערהאלען דאס וואס איך האב אייך געזאגט מינדלעך, אז איר באדארפט גארניט קעמפען מיט זיך וועגען דעם, אין געגען טייל, וויילע די קינדער זיינען בא אייך טייער, איז דאך זיכער אז איר ווילט דעם מאקסימום וואס איר קענט זיי געבען און בפרט אין דער פראגע פון חינוך, וועלכעס שטעלט אוועק און ווירקט אויף דעם גאנצען לעבען, און מיט דעם וואס איר גיט זיי אריין אין איינע פון די בעסטע ישיבות פון דעם וועלט, איז דאך זיכער אז דאס וועט זיי גוטעס טאן אין זייער לעבען אפילו אין אזעלכע פאלען וועלכעס פארלויפיג קען מען זיך ניט פארשטעלען, און איך בין אויך זיכער, אז אין פארלויף פון א קורצער צייט וועט איר אליין איינזעהען די ראטזאמקייט און גוטסקייט פון אייער באשלוס וועלכען איר האט געפאסט.

וואס אנבעלאנגט אייער פראגע צי זאלט איר נעמען א באשעפטיקונג, בכדי צו פארקלענערען דורך דעם די ביינקשאפט צו די קינדער שיחיו, דער ערשטער באדינג אין דעם איז, איר דארפט וויסען אויף וויפיל אייער געזונט ערלויבט אייך דאס צו טאן, און אויב איר דיינקט אז עס וועט ניט שאדען ח"ו צו אייער געזונט, איז אפשר ראטזאם איר זאלט זיין באשעפטיגט אדער ארבעטן עטליכע שעה א טאג, ניט fuii time.

... איך ווינש אייך אז אייער הויז זאל זיין א אמת'ע אידישע חסידישע הויז און איר און אייער מאן שיחיו זאלט האבען אידישן נחת פון אייערע קינדער שיחיו.

בברכה.

נ"ב: אייער נדבה איז איבערגעגעבן געווארען צו דעם מרכז לעניני חינוך וועלכער טוט אויף דעם געביט צו אויסבעסערן דעם חינוך פון אידישע קינדער, און דאס וועט אייך ממשיך זיין ברכה אין דעם חינוך פון אייערע קינדער שיחיו.

בייגעלייגט איז א קאפיע פון מיינעם א בריף אין פארבינדונג מיט וואקיישאן צייט, וואס איך דיינק אז איר וועט דאס קענען אויסניצען צו איינווירקען צום גוטן אויף אייערע באקאנטע.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 6
Id
rh-m1ap223p

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1669