עברית
Library

Letter 1811

א' אלול, תשי"ב · שי'

ב"ה, א' אלול, תשי"ב

ברוקלין.

הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר שלום

שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען דעם פדיון נפש וועלכען איר האט געשיקט פאר מרת... תחי', וועלכע פילט ניט אזוי גוט אין געזונט און איז שוין געווען עטליכע חדשים אין האספיטאל, און בעט א ברכה צו א רפואה:

ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך זי מ[ז]כיר זיין, אז כ"ק מו"ח אדמו"ר זאל מעורר זיין רחמים רבים אויף איר צו א רפואה קרובה.

איר דארפט אבער ערקלערען איר, אז בכדי צו אויפנעמען און אנהאלטען די ברכות פון השם יתברך, דארף זי צוגרייטען די פאסענדע כלים אויף דעם, וואס דאס זיינען די כלים וועלכע השי"ת האט געזאגט, אז די זאכען בריינגען לעבען געזונט און פרנסה, פאר אידען, סיי פרויען און מענער און סיי עלטערע און אינגערע, דאס איז די מצות וועלכע הקב"ה האט אונז אידן געגעבען אויף דעם בארג סיני, וועלכע מען דארף זיי מקיים זיין אין אלע צייטען און אין אלע ערטער, און בפרט א פרוי וועלכע קען אין פילע זאכען אויפטאן מער ווי א מאן, איז זייער וויכטיג פאר איר, זי זאל זיך איינשאפען אט דעם טייל כלים - מצות - וועלכע זי האט נאך ניט, און די כלים - מצוות - וועלכע זי האט שוין, זאל זי זיי מאכען נאך בעסער און שענער, דאס הייסט, אז אט די מצות וועלכע ביז היינט, איז זי ניט געווען אפגעהיט אין זיי, זאל זי פון היינט אן און ווייטער, זעהען צו אפהיטען, און די מצות וועלכע זי היט יע אפ, זאל זי זיי טאן, מיט מער לעבעדיגקייט און מער צופרידענהייט, און דאס וועט איר בריינגען וואס פריער און געכער די ברכות פון השי"ת פאר איר און איר פאמיליע.

איך האף, אז איר וועט דאס געבען צו ערקלערן ווי מעגליך פריער און השי"ת זאל אייך מזכה זיין, אז איר זאלט קענען אנזאגען אין געכען, אז איר געזונט צושטאנד האט זיך געבעסערט, און אז זי האט גענומען אויף זיך צו אויספילען דאס געזאגטע בנוגע צו מקיים זיין מצות און בכלל ענינים פון אידישקייט וואס א אידישע טאכטער דארף זיי ערפילען.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 6
Id
rh-tcjt3w6t

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1811