אין די איצטיקע סדרות איז דאָ אַן ענין וואָס איז ניט מובן ע"פ פשש"מ און רש"י שטעלט זיך ניט אויף דעם בפירושו — און דאָס איז:
אין פרשת ויקהלג דערציילט די תורה ווי משה רבינו האָט איבערגעגעבן צו אידן דעם אויבערשטנס ציווי אויף תרומת המשכן און מיט אַלע פרטים: „קחו מאתכם תרומה גו'" בריינגען זהב וכסף גו' פאַר מלאכת המשכן, און דערנאָך דעם ציוויד אויף עשיית המשכן וכליו און אויך — לכל פרטיהם;
נאָכדעם דערציילט די תורהה ווי אידן האָבן געבראַכט די נדבה פאַר מלאכת המשכןו, און דערנאָך ווערט דערציילטזובפרטיות ווי די חכמי לב האָבן געמאַכט דעם משכן — די יריעות וכו' און אַלע כלי המשכן און (בפרשתנוח) די בגדי כהונה.
וואָס, לכאורה, וואָלט דאָך מספיק געווען ווען די תורה זאָגט בקיצור אַז משה האָט איבערגעגעבן צו אידן דעם גאַנצן ציווי פון אויבערשטן אויף נדבת ועשיית המשכן (וואָס זייערע פרטים זיינען דאָ אויספירליך אינעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו משה'ן בפ' תרומה תצוה תשאט) און דערנאָך זאָל שטיין „ויעשו בני ישראל ככל אשר צוה ה' את משה", אָדער נאָכמער בקיצור — נאָכ'ן דערציילען ציווי הקב"ה למשה זאָל שטיין „ויעשו בנ"י ככל אשר ציווה ה' את משה" — ווי מען געפינט עס בכו"כ מקומות בתורה, און ווי מען געפינט עס אין די סדרות גופא. צו וואָס דאַרפן די אַלע פרטים נאָכאַמאָל אויסגערעכנט ווערן סיי ביים איבערגעבן דעם ציווי צו די אידן, און סיי ביים אויספירן דעם ציווי בפועלי?
459ובפרט אַז אין אָנהויב פרשת ויקהליא זאָגט רש"י: „כבר פרשתי נדבת המשכן ומלאכתו במקום צוואתם", וואָס דאָס זאָגט דאָך אויך אַז אין די פרשיות איז ניטאָ קיין חידוש אויף די פריערדיקע פרשיות, און דעריבער האָט ער ניט וואָס צוצוגעבן בפירושו דאָ — ווערט דאָך נאָך שטאַרקער די תמי': אויב אַזוי, וואָלט דאָך לכאורה די תורה אַודאַי ניט געדאַרפט אויסרעכענען די ענינים אַ צווייטן מאָל (און אַ דריטן מאָל).
האמור איז אַ שאלה פשוטה אין פשש"מ, אויף וועלכער עס שטעלן זיך כמה מפרשי התורהיב — און אין רש"י געפינט מען ניט קיין הסברה אויף דעם — ניט בתחלת הענין אין פ' ויקהל און ניט בסיום הענין אין אונזער סדרהיג.
ובפרט אַז לפנ"ז אין פרשת תשאיד, שטעלט זיך רש"י אָפ צו באַוואָרענען די איבער'חזר'רונג פון בלויז געציילטע ווערטערטו — דאָס וואָס אין דער תורה שטייט דריי מאָל „לא תבשל גדי בחלב אמו" — בעת דאָ זיינען אריכות'דיקע הכפלות פון גאַנצע פרשיות — און רש"י איז דערויף גאָרניט מפרשטז.
ב. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז עכ"פ אַ חלק פון דער שאלה ווערט פאַרענטפערט ע"פ פרש"י אין אונזער פרשה:
אויפן פסוקיז „ובצלאל בן אורי גו' עשה את כל אשר צוה ה' את משה" זאָגט רש"י: אַז „משה צוה לבצלאל לעשות תחלה כליםיח ואח"כ משכן אמר לו בצלאל מנהג עולם לעשות תחלה בית ואח"כ משים כלים בתוכו אמר לו כך שמעתי מפי הקב"ה . . וכן עשה המשכן תחלה ואח"כ עשה כלים"יט.
וואָלט מען געקענט פאַרענטפערןכ אַז דאָס איז דער טעם וואָס ביי עשיית המשכן בפועל ווערן נאָכאַמאָל אויסגערעכנט אַלע פּרטי המשכן וכליו, וואָרום דווקא דורך דעם זעט מען ווי בצלאל האָט מהפּך געווען דעם סדר (פון דעם אופן ווי ס'איז אויסגעשטעלט לויט'ן ציווי אין פ' תרומהכא) און געמאַכט460פריער דעם משכן און דערנאָך די כליםכב.
אָבער [נוסף אויף דעם וואָס לפי"ז איז נאָך אַלץ ניט מבואר פאַרוואָס די תורה דאַרף אויסרעכענען די פּרטים ביים סיפור ווי משה האָט איבערגעגעבן די אידן דעם ציווי אויף נדבת המשכן און אויף עשיית המשכן וכליוכג — פאַרענטפערט עס אויך ניט בנוגע דער אריכות ביים סיפור וועגן די עשי' גופא]:
א) צוליב דעם איז גענוג דער חלק הסיפור בתורה וואָס דערציילט אַז מען האָט צום ערשטן געמאַכט דעם משכן און דערנאָך האָט מען אָנגעהייבן מאַכן די כלים — אָבער דער סיפור וועגן עשיית הכלים, ובפרט עשיית בגדי כהונה וואָס ווערט אויסגערעכנט בפרשתנו, איז דאָך אין דעם ניט געווען קיין שינוי וחידוש בעשיית בצלאלכד;
ב) ועיקר: בכדי צו מודיע זיין דעם סדר העשי' — פריער פון דעם משכן, און דערנאָך די כלים — איז ניט נויטיק461די אריכות פון די פרטי הדברים אין דער עשי', זייער מאָס וכו'כה.
נאָכמער: נאָך די הכפלות הפרטים הנ"ל, ווען עס קומט בפרשתנו צו „ויביאו את המשכן אל משה":
ג) רעכנט אויס די תורה ווידעראַמאָל אַלע פרטי הדברים פון משכן וכליו כו',
ד) נאָכדעם איז דער פּסוק ערשט מסיים „ככל אשר צוה ה' את משה כן עשו בנ"י את כל העבודה"!
ג. דער ביאור בזה — בפשטות:
דער משכן וכליו איז פון די ענינים הכי עקריים וחביבים ביי אידן, דורך דעם איז געווען השראת השכינה ביי אידן וכו';
ובפרט, אַז דער משכן ווערט אָנגערופן, כפי פרש"י בפרשתנו: „משכן העדות — עדות לישראל שויתר להם*25 הקב"ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם"כו —
וואָס דערפון איז נאָך מער מובן די חביבות און ענין הכללי שבזה, וואָרום חטא העגל איז געווען דער חטא הכי גדול (וכללי), וואָס האָט גורם געווען צום גרעסטן הסתר פנים פון דעם אויבערשטן, ביז צו דער גזירת כלי' ר"ל אויף אידן*26 (ביז אַז אפילו נאָך דער סליחה האָט דער אויבערשטער געזאָגט „וביום פּקדי ופּקדתי"כז).
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק אַז אָט די גרויסע חביבות פון דעם משכן ביים אויבערשטן (און ביי אידן), דאָס איז דער טעם וואָס די תורה רעכנט אויס אַלע פּרטי המשכן און חזר'ט זיי איבער איין מאָל און נאָכאַמאָל כו' מיט אַלע פּרטים.
און דעם טעם דאַרף רש"י דאָ ניט מפרש זיין, וואָרום ער האָט דאָס שוין מפרש געווען פריער, אין פ' חיי שרהכח: אויף דעם וואָס נאָכדעם ווי די תורה דערציילט וועגן אַלע מאורעות פון אליעזר עבד אברהם (בשייכות זיין גיין בריינגען רבקה'ן), חזר'ט זיי די תורה איבער נאָכאַמאָל אין זיין דערציילן עס פאַר משפחת רבקה — איז רש"י מסביר (אַז דאָס איז מצד דער חביבות פונעם ענין, וואָרום) „אמר ר' אחא יפה שיחתן של עבדי אבות לפני המקום מתורתן של בנים שהרי פרשה של אליעזר כפולה בתורה והרבה גופי תורה לא ניתנו אלא ברמיזה"כט,
ווייס מען דערפון אַז אַן ענין וואָס איז חביב ביים אויבערשטן איז די תורה דאָס כופלל מיט אַלע פרטים, הגם עס קומען ניט צו קיין חידושים אין דעם. און עד"ז בעניננולא.
462ד. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: פון דעם פרש"י איז לכאורה מוכח פאַרקערט, אַז דער טעם איז ניט שייך בעניננו — „יפה שיחתן של עבדי אבות . . מתורתן של בנים" מיינט דאָך (כפשוטו), אַז ביי „תורתן של בנים" (וואָס נאָך מ"ת) געפינט מען ניט אַזאַ חביבות, וואָס צוליב דעם זאָל ביי זיי זיין דעם ענין פון כפולה בתורה ווי ביי שיחתן של עבדי אבות — קען מען דאָך ניט זאָגן אָט דעם הסבר ביי עשיית המשכן וואָס איז תורתן של בנים.
דער ביאור אין דעם:
די כוונה פון דעם מאמר וואָס רש"י ברענגט „יפה שיחתן של עבדי אבות . . מתורתן של בנים" איז ניט צו מדגיש זיין דעם יתרון פון „עבדי אבות" אויף „בנים", נאָר אַרויסצובריינגען דעם עילוי וחביבות (לפעמים) פון „שיחה" לגבי „תורה":
דער חילוק צווישן זיי כפשוטו איז: תורה מיינט: הוראות, ציווים ודינים וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט וואָס און ווי צו טאָן. „שיחה" מיינט: אַ דיבור וואָס בגלוילב ובפשוטו — איז עס ניט קיין ציווי והוראה, נאָר אַ סיפור וואָס איז מתאר אַ מצב, אַ פּאַסירונג, אַ פעולה וכיו"ב; און ווי דאָס איז ביי אליעזר עבד אברהם (ע"פ פשוטו), וואָס ער האָט דערציילט וועגן אברהם ויצחק און וואָס מיט אים האָט געטראָפן; די קפיצת הדרך, ווי אַזוי דער אויבערשטער האָט אים מזמין געווען רבקה'ן וכו'.
איז דער מאמר מדגיש די מעלה פון „שיחה", אַז די שיחה (אפילו) פון „עבדי אבות" איז (לפעמים) „יפה" פון „תורתן (אפילו) של בנים".
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אויך אין די פרשיות שלפנינו — נאָך די סדרות תרומה תצוה: זיי קומען ניט איבערגעבן ציווים והוראות ווי און וואָס צו טאָן (און וואָס אָן דעם וואָלט מען עס ניט געוואוסט); די תורה דערציילט בפרטיות ובארוכה ווי משה רבינו האָט די אַלע ציווים פון אויבערשטן וועגן מלאכת המשכן איבערגעגעבן צו אידן, און ווי זיי האָבן דאָס מקיים געווען בפועל וכו' — דאָס הייסט אַז זיי זיינען אַן ענין פון „שיחה". און וויבאַלד אַז די שיחה איז בנוגע דעם משכן איז דאָס אַזוי חביב אַז צוליב דעם קומט די אריכות ובכל הפרטים אין אַן אופן פון „כפולה בתורה".
ה. עפ"ז איז מובן וואָס רש"י ברענגט (בפ' חיי שרה) אַראָפ דעם שם פון בעל המאמר „רבי אחא" (וואָס דאָס איז — כמדובר כמה פעמים — צוליב דעם וואָס דער נאָמען פון בעל המימרא גיט צו אַ תוס' ביאור אין הבנת הפירוש): דורך מעתיק זיין דעם שם „רבי אחא" ווערט מבואר דער תוכן פון מאמר „יפה שיחתן של עבדי אבות כו'", אַז די הדגשה איז ניט אין דעם יתרון פון די „עבדי אבות" לגבי „בנים" נאָר אין דער מעלה פון „שיחה"; און דער טעם ווי איז עס מעגליך אַז עס זאָל זיין „יפה שיחתן . . מתורתן".
אין מס' יומאלג ווערט געבראַכט די ברייתא „ת"ר ודברת בם בם ולא בתפלה ודברת בם בם יש לך רשות לדבר ולא בדברים אחרים. רבי אחא אומר ודברת463בם עשה אותן קבע ואל תעשם ארעי".
וואָס לכאורה פון דעם וואָס ר"א זאָגט נאָר דעם חיוב (און די שלילה) בנוגע דברי תורה — „עשה אותן קבע ואל תעשם ארעי", און ניט קיין שלילה בנוגע צו „דברים אחרים" (ווי עס זאָגט זיין בעל פּלוגתא פאַר דעם „ודברת בם . . ולא בדברים אחרים"), איז משמע אַז ביי דברים אחרים איז לויט ר"א ניט חל די שלילה — אָבער צי דען קען מען זאָגן אַז לדעת ר"א איז דאָ אַ היתרלד אויף דברים אחרים — בטליםלה?!
נאָר דער ביאור אין דעם איז: ר"א איז מדגיש אַז בנוגע לדברי תורה, איז אַ חיוב תמידי ובהחלט אַז עס דאַרף זיין „ודברת בם" און קבע און ניט ארעי, אָבער בנוגע „דברים אחרים" קען מען זיי ניט שולל זיין בהחלט, וואָרום עס זיינען דאָ „דברים אחרים" פון „שיחה"; דברים אחרים — בטלים — איז דאָס ניט, ס'איז אָבער אויך ניט תורה, ד.ה. דאָס זיינען ניט קיין הוראות ציווים ודינים וכל השייך לזה, נאָר דיבורים וסיפורים (ועניני התעוררות) (ובמילא קען זיין אַזאַ שיחה אויך „יפה"*35 ביז אַזאַ שיחה וואָס וועט זיין יפה מתורתן)
אָבער פונדעסטוועגן איז דוקא בנוגע תורה דער ציווילו „עשה אותן קבע ואל תעשם ארעי", וואָרום עס איז זעלבסטפאַרשטענדיק (אויך פאַר אַ בן חמש) אַז מען מוז אַלעמאָל געדיינקען (ובמילא — חזר'ן און רעדן און לערנען) די הוראות (דברי תורה) וואָס מען מוז טאָן, וואָס מען טאָר ניט טאָן א.ז.וו.לז.
ו. דער ביאור בזה בפנימיות הענינים:
אין די צוויי סדרות וואו עס ווערן איבערגע'חזר'ט אַלע פרטי המשכן וכליו, זיינען דאָ צווי נקודות כלליות:
464א) די נדיבת הלב פון די אידן, וואָס זיי האָבן געבראַכט ובזריזות הכי גדולה אַלע נויטיקע זאַכן פאַרן משכן און אין אַן אופן פון נדיבת הלב, ביז אַז מען האָט געדאַרפט אויסרופן „אל יעשו עוד מלאכה", און ס'איז געווען „והותר"לח.
ב) אַז די „חכמי לב" האָבן מקיים געווען ציווי הקב"ה און געטאָן מלאכת המשכן וכליו „ככל אשר צוה ה' (און — ווי עס איז צוה ה') את משה".
ובפרטיות יותר זעט מען אַ התכללות פון די צוויי אויבענדערמאָנטע נקודות: אויך ביי הבאת נדבת המשכן איז געווען דער קיום הציווי (בדוגמת עבד) פון אויבערשטן „ויקחו לי תרומה מאת כל איש אשר ידבנו לבו גו'לט קחו מאתכם תרומה גו'", און עד"ז אויך ביי די מלאכה פון „כל חכמי לב" איז געווען „נשאו לבו"מ.