עברית
Library

Letter 2597

י"ח ניסן, תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, י"ח ניסן, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ה' ניסן מיט דער גוטער ידיעה אז אלעס איז א דורך בשלום און איך מוז ווידערהאלען דאס וואס איך האב געשריבען אין מיין פאריגען בריף, אז זעהענדיק אלץ ווי השי"ת פירט מוז מען פארשטארקען דעם בטחון און אמונה, און באמת איז דאס ניט נאר אמונה אליין נאר אויך דער שכל ווייזט אז עס וועט זיין גוט, און השי"ת זאל נאר מצליח זיין יעדערען צו מאכען גרויסע כלים אויף אויפנעמען דעם גוט וואס השי"ת וויל געבען סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

און בפרט אין די טעג פון פסח וועלכע זיינען טעג פון אמונה און בטחון ווי עס איז געווען בא אידען בימים ההם צו גיין מיט די פרויען און קינדער אין א ארץ מדבר נחש שרף ועקרב פארלאזענדיק זיך נאר אויף א ווארט פון השי"ת אז מען זאל גיין אהין און דענסטמאל האט מען געזעהען אז ווען מ'האט געדארפט איז געווען מן צום עסען, גוטע וואסער פון דעם בארה של מרים, און הצלחה אז שמלתך לא בלתה מעליך וגו' און אזוי אויך בכל דור ודור ובכל יום ויום חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, און אז מען גייט מיט דער אמונה און בטחון לפחות א טייל פון יענער אמונה ובטחון, אז השי"ת א בטוח אז ער איז מזמין דעם מענשן דאס וואס ער נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות, און השי"ת זאל העלפען צו זעהען דאס און זעהען דאס בקרוב.

בברכת חג כשר ושמח.

מפני קדושת המועד לא בא כ"ק אדמו"ר שליט"א על החתום והנני חותם בשמו

המזכיר:

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 8
Id
rh-cw68ffj4

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit2597