Letter 7709
כ"ב תמוז, תשכ"א · ברוקלין.
שוין גאר א ליינגערע צייט, וואס איך האב ניט געהרט פון אייך, ביז די טעג וואס איך האב באקומען א גרוס דורך האברך הנעלה שמואל פסח שי' בוגאמאלסקי, וועלכער האט מיר אויך איבערגעגעבען אז ער ערווארט א בריף פון אייך.
ויהי רצון אז אייער בריף זאל זיין מיט א גוטן אינהאלט, לויט דער אויסדרוק פון חכמינו ז"ל, טוב לשמים וטוב לבריות וטוב העושה פירות, און ווי עס האט זיך גערעט ווען איר זייט געווען דא, ניט נאר גוט פאר אייך, וואס אין טוב אלא תורה, נאר אויך בעאיינפלוסען מיט דעם טוב אויך די בריות, וועלכע געפינען זיך מיט אייך צוזאמען,
און מיר געפינען זיך דאך אין די בין המצרים, וואס לויט ווי חז"ל דערציילען אונז, איז פון די סיבות פון חורבן - אויך דער ענין פון שנאת חנם - דאס פיינט האבען אן א אורזאך - דארף זיין תיקון אין דעם צו האלט האבען און זארגען פאר זיין וואהלזיין, אפילו פון אזא, וועלכער - לויט דער מענשליכער אויג - האט ניט קיין זאך וואס זאל מאכען צו ליב האבען עם.
וואס דאס וועט מקרב זיין דעם יעוד פון דעם נביא זכרי' אז די טעג - פון בין המצרים א. א. - יהפכו לששון ולשמחה ולמועדים טובים (זכרי', ח, יט).
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 20
- Id
- rh-cpe5nmp2
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit