Letter 7657
ג' סיון, תשכ"א · ברוקלין.
און ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ח אייר אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער סברא צו פארען אהער זעהען זיך וכו' און פרעגט מיין מיינונג אין דעם.
בכלל קומט בא מיר ניט אויס די זאך, צוליב אייניגע טעמים און צווישען זיי צום ערשט וואס תורתנו תורת חיים באגרענעצט און שטעלט געוויסע תנאים, ווען מ'וויל ארויספארען פון אה"ק ת"ו אין חוץ לארץ, וואס פון דעם אליין איז דאך פארשטענדליך אז אויב אפילו די תנאים זיינען אויסגעפאלגט, איז דאך אויך ניט אזוי גלאטיג, און אז צו דעם קומט נאך צו, דאס פארגרעסערן די חובות. אין אנדערע ווערטער, אז מ'דארף האבן א ניט נאטירליך צוגאנג צו ערפילען דעם וואונש, מאכט דאס די זאך מער קאמפליצירט (מסובך).
און וויבאלד אז אין ענינים רוחנים איז שטח פון ארט קיין שטערונג [חאטש פארשטענדליך אז זעהן מיט פליישיגע אויגען באפרידיגט מערער],
זאל השי"ת אייך בענטשין אז לאורך ימים ושנים טובות זאלט איר האבען אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער חסידות'שער נחת פון קינדער אין אייניקלעך שי' פון די וועלכע זיינען באה"ק ת"ו און פון די וואס בחו"ל, אין אלע הינזיכטען.
בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 20
- Id
- rh-jyj1ya1t
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit