עברית
Library

Letter 7621

יו"ד ניסן, תשכ"א · ברוקלין.

ב"ה, יו"ד ניסן, תשכ"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף און וועלכען דו שרייבסט פערשידענע סברות בהנוגע צו דעם אופן ההמשך פון דיין לערנען אין פארבינדונג מיט די שוועריקייטען פון דעם איצטיקען סדר אין דעם.

ס'איז זייער גלייך די סברא וואס דו שרייבסט אין דיין בריף, אז דו זאלסט לערנען אין דער כתה, א גאנצען טאג לימודי קדש, און אויך נאך דעם פארזעצען אין לימודי קדש, ווי דו שרייבסט א שעה אדער אנדערהאלבען מיט איינעם אלס רבי. אבער ס'איז אויך זייער נויטיג, אז אויך נאכדעם זאלסט דו האבען א חבר, אדער אפילו א עלטערן, מיט וועמען צו איבער'חזר'ן די שוין געלערנטע און וויסען גוט, און ניט לערנען נייע זאבען.

און השם יתברך זאל דיר מצליח זיין צו זיין פון די ערשטע, צו ווייזען אין מעלבורן און בכלל אין אויסטראליע, צו אנ"ש און אויך צו אלע אחינו בני ישראל, אז א בחור וואס יעדער אידישער קינד, ווערט אנגערופען בן אברהם יצחק ויעקב, דארף לערנען אמווייניגסטען עטליכע יאר נאר לימודי קדש, אויסער דעם וואס דאס שטעלט עם אוועק אויפן ריכטיגען ארט, און גרייט עם צו צו זיין גליקליך אין לעבען, ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות, און צו האבען פון עם נחת, אמת'ן נחת, סיי די עלטערן, גוטע פריינט און די הנהלה פון דער ישיבה איינגעשלאסען.

וואס דו שרייבסט וועגען פארען לערנען אין א ישיבה, באה"ק ת"ו אדער דא.

איז נאכדעם ווי דו וועסט אנהאלטען דעם אויבען געזאגטען סדר, זייענדיג אין מלעבורן, א יאר אדער צוויי, וואס דורך דעם וועט אויך באפעסטיגט ווערען די אויבען געזאגטע אויפפירונג, אז א אידישער בחור דארף זיך אזוי אויפפירען, וועט דענסטמאל קומען אין באטראכט אויך דיין פארלאנג ווי אויבען געזאגט.

ויהי רצון אז דו זאלסט טאן דאס בשמחה וטוב לבב און דיינע עלטערן שי' זאלן האבן פון דיר פיל אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער חסידות'שער נחת.

בברכה לבשורות טובות ולחג פסח כשר ושמח.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 20
Id
rh-5vfa39x6

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7621