עברית
Library

Letter 7625

י"ג ניסן, תשכ"א · ה' עליהם יחיו

ב"ה, י"ג ניסן, תשכ"א

ברוקלין.

כבוד המתפללים והגבאים דביהמ"ד נוסח

האריז"ל במונטריאול

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב באצייטנס באקומען אייער בריוו פון כ"ט שבט, און איך בין געווען צופרידן אז די דברי התעוררות וואס הרה"ח וו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר...האט אייך געבראכט, האבן געפונען א ווארעמער אפקלאנג, אין דערויף איז ביי מיר געווען קיין ספק. ווארום ווי חז"ל זאגן, אני ישנה ולבי ער, אני ישנה בגלותא ולבי ער לתורה ולמצות. איך וויל אוך האפן - און דאס איז דזיהויפט זאך - אז די התעוררות וועט אראפגעטראגן ווערן אין מעשים בפועל אין אלע דריי ענינים וואס כ"ק מו"ח [אדמו"ר] זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אזוי אפט אונטערגעשטראכן: אהבת ה' אהבת התורה און אהבת ישראל.

איצט שטייענדיק ביי די טעג פון פסח, איז גיכער אייך באקאנט וואס רז"ל דערציילן אונז אז ארויסגייענדיק פון מצרים האבן געדארפט זיין אלא ששים רבוא בישראל, און אויב עס וואלט געפעלט אפילו איינער, דאן וואלט עס ח"ו געשטערט אלע איבעריקע. א הוראה פאר אונז אין דע ווערטער איז, און בפרט אין די טעג פון פסח, אז מיר דארפן אלע געדענקען און לייגען די גרעסטע כוחות צו מקרב זיין לתורה ויהדות יעדע איינע בישראל, מאן און פרוי, יונג און אלט, וואס דאס איז בנוגע ניט נאר דעם וועלכן מ'איז מקרב, נאר אויך אונז אלעמען.

דאס איז אויך איינע פון די רמזים בא די התחלה פון פסח, וואס איידער מיר גייען אנהויבן פראווען די סדרים, זיינען מיר מכריז ומודיע אז כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח, וואס ווערט געמיינט סיי כפשוטו - הילף בגשמיות, סיי הילף ברוחניות, און ערשט נאכדעם קאן מען זאגן השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל, השתא עבדין לשנה הבאה בני חורין.

איך ווינטש אייך אלעמען און אייערע ב"ב שיחיו א כשרן און פריילעכן פסח און האף צו הערן גוטע בשורות פון אייך בכל הענינים, און גאר אין גיכן זאלן מיר זוכה זיין עס זאל מקוים ווערן די בקשה וואס מיר זאגן און בעטן לשנה הבאה בארעא דישראל בני חורין, ע"י משיח צדקנו בב"א.

בברכת חג כשר ושמח.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 20
Id
rh-hgw8v8ks

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7625