עברית
Library

Letter 7482

כ"ח מ"ח, תשכ"א · מרת לאה תחי'

ב"ה, כ"ח מ"ח, תשכ"א

ברוקלין.

מרת בתי' תחי'

מרת לאה תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ג חשון אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער כוונה און רצון צו גרינדען אן ארגון נשי חב"ד במחנם הט'.

און חאטש דער ערשטער פרוב איז ניט (אינגאצען) געלונגען, בין איך אבער זיכער אז איר וועט זיך ניט אפשרעקען און נאך אמאל צונויפריידן זיך טאן אין דעם, און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט טאן מיט הארציקייט און ווארימקייט וועט דאס געפינען א אפקלאנג און וועט מצליח זיין.

פארשטענדליך אז דער צוגאנג און דער אינהאלט פון די רייד, איז ניט אומעדום דאס זעלבע, ווארום עס ווענדעט זיך אין די מענטשן וועלכע געפינען זיך אין דעם ארט, און דעריבער איז גוט צונויפריידן זיך פריער צווישן זיך און אויך מיט אייערע מענער הרבנים שיחיו, וועלכע קענען דעם צושטאנד און קענען געבן א עצה ווי צו-צוטרעטען אין א אופן צו פאראינטערעסירן די פרויען און צוציען זיי, אז עס זאל האבען א קיום ואדרבה עס זאל וואקסען און גרעסער ווערען פון צייט צו צייט.

און וויבאלד אט די ארבעט איז העכסט וויכטיג אומעדום און אין א גרעסערע מאס נויטיגער אין די ערטער וואו עס קומען אן נייע עולים, און מ'דארף פארזיכערען אז זיי זאלען איינשטעלען זייער ארט לעבען אויפ'ן אידישען וועג און בפרט בארצנו הקדושה ת"ו אויף וועלכער עס שטייט, עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה,

זאל השם יתברך העלפען עס זאל זיין לויטן פתגם רז"ל יגעת ומצאת, און מיר גייען דאך אריין אין דעם חדש כסלו, חדש הנסים והגאולה.

בברכה להצלחה בהנ"ל ולבשו"ט.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 20
Id
rh-d7dp97h8

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7482