עברית
Library

Letter 7630

אסרו חג הפסח, ה'תשכ"א · ה' עליהם יחיו

ב"ה, אסרו חג הפסח, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין יערלעכן דינער

פון מוסד חנוך אהלי תורה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די חשובע עסקנים, שטיצער און פריינט פון מוסד חנוך אהלי תורה, און ווינטש דער אונטערנעמונג גרויס ערפאלג אין אלע הינזיכטן.

קומענדיק ערשט פון די טעג פון פסח, וועלכער אונטערשטרייכט און לייגט דעם טראפ אויף דער ערציאונג פון אידישע קינדער און ואס, גלייך באם אנהויב יום טוב, ווערט פראקלאמירט, אז כנגד ארבעה בנים דברה תורה - תורה רעדט און גיט זיך אפ מיט יעדער אידיש קינד, פון דעם בן חכם ביז דעם שאינו יודע לשאול, און

געפינענדיק זיך אין דע טעג פון ספירה, וועלכע דריקן אויס די בענקשאפט און תשוקה פון יעדער אידן צו קבלת התורה והמצוות,

זאל השם יתברך געבן, אז די השפעה פון דע אובענדערמאנטע טעג זאל

אריינברענגען א פארשטארקטען אינטערעס און א נייע אויפלעבונג בא אלע אנטיילנעמער, שטיצער און פריינט פון דעם מוסד חנוך אהלי תורה, אויף דורכצופירן אין לעבן די דערמאנטע אנווייזונגען, און מיט פארגרעסערטע כחות און אויסגעברייטערטער טעטיקייט, שטארקן און אויסברייטערען דעם מוסד חנוך על טהרת הקדש און דערמעגלעכן אים צו ערציען וואס מער תלמידים אין אהבת השם, אהבת התורה און קיום המצוות בהידור.

און דער אויבערשטער וועט זיכער שיקן זיין ברכה, און אויך אין א פאגרעסערטער מאס, יעדן איינעם און איינער, אין אלעס וואס זיי און זייערע בני בית שיחיו נויטיקן זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכת הצלחה.

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 253 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 20
Id
rh-47cpe303

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7630