עברית
Library

Letter 7744

ה' אלול, תשכ"א · ברוקלין.

ב"ה, ה' אלול, תשכ"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון ראש חדש אלול,

און בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.

און ס'איז פארשטענדליך די גרויסע פארוואונדערונג ליינענדיק דאם אנפאנג פון אייער בריף, וועגען עצבות און ניט גוטע שטימונג וואס געוויס איז אייך באקאנט דאס ערקלערטע אין מערערע ספרים הק' ובפרט בתורת החסידות, אז עצבות דארפמען דערווייטערן גאר אינגאנצען, און אייגענטליך איז דעת לנבון נקל, אז מיטן אנפאנג פון טאג זאגט מען ברכות השחר, און נאך פאר דעם, מודה אני לפניך, וואס איז געמיינט אויך דער בוכשטעבליכער אפטייטש פון ווארט, מוז דאך דאס בריינגען א גרויסע שמחה, און ניט ח"ו פארקערט פון דעם מודה אני, און געוויס - פאר אייך איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם.

און בפרט בא אייך, וואס אין דער לעצטער צייט האט איר זוכה געווען, צו חתונה מאכען די קינדער שיחיו בשעה טובה ומוצלחת, און נאך און נאך, וואס האפענטליך וועט דאס גענוגענד זיין צו באלייכטען און דורכזיכטיג מאכען די לאגע ווי זי איז, און פון איצטער אן און ווייטער זאלט איר זיין בשמחה ובטוב לבב, ווי ס'איז אונז אנגעזאגט געווארען בתורתנו הק' תורת חיים.

און בפרט אז מיר געפינען זיך איצטער אין די גוטע טעג פון חדש אלול, חדש הרחמים והרצון.

בברכה לבשו"ט ולכתיבה וחתימה טובה.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 20
Id
rh-4rhc4kxn

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7744