עברית
Library

Letter 1632

י"ב סיון, ה'תשי"ב · טאראנטא, קאנ.

ב"ה, י"ב סיון, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

פרויען קאמיטי פאר טהרת המשפחה

טאראנטא, קאנ.

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו הערן, אז איר זייט באשעפטיקט אין דער וויכטיקער אויפגאבע צו בויען א מאדערנע כשרע מקוה אין אייער שטאט, און אז דעם קומענדיקן זונטיק אי"ה קומט פאר א ספעציעלע אונטערנעמונג פאר דעם צוועק.

נעם איך די געלעגנהייט צו באגריסן אייך און ווינטשן אייך הצלחה צו קומען צו א גמר טוב אין דער אונטערנעמונג און, וואס עס איז נאך וויכטיקער, צו פארשפרייטן דעם געדאנק און די באוואוסטזיניקייט, אז טהרת המשפחה איז לעבנסנויטווענדיקייט, וואס אידיש לעבן קען אן דעם ניט אויסקומען. אט דער געדאנק מוז פארשפרייט ווערן אן אויפהער צווישן די אידישע פרויען פון טאראנטא און ארום.

אין די איצטיקע טעג נאך שבועות, זמן מתן תורתנו, איז זיכער איבעריק צו דערמאנען אייך, אז בא קבלת התורה זיינען פרויען געווען די ערשטע צו וועמען דער אויבערשטער האט זיך געווענדעט דורך משה רבינו. דאס ווייזט, אז צו פארזיכערן די אייביקייט פון דער תורה מוזן אידישע פרויען טאן זייער פליכט מיט לייב און לעבן.

ובפרט איז דאס וויכטיק אין דעם ענין פון טהרת המשפחה, וואס איז איינער פון די הויפטזיילען פון קיום פון גאנצן פאלק ישראל, און פון די תנאים פאר השראת השכינה בישראל וואס פ[א]דערט קדושה און טהרה (והי' מחנך קדוש).

כאטש אייער אונטערנעמונג איז א לאקאלע, איז דאס אבער, ווי אויבן געזאגט, נוגע דעם גאנצן כלל ישראל. דעריבער וויל איך זיך באטייליגען מיט א סימבאלישע ביישטייערונג, און בייליגענד איז א טשעק פאר דעם הייליקן צוועק.

בברכת הצלחה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 6
Id
rh-cgq728sx

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1632