Letter 7602
ח"י אדר, תשכ"א · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מתתי' שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מתתי' שי'
איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה וועגען אייער השתדלות צו אנהאלטען דעם מנין אין בית הכנסת, דריי מאל א טאג, און בכלל צו פארשטארקען די ענינים פון בית הכנסת, אין פילע פרטים.
און א ספעציעלע שמחה האט מיר פארשאפט די ידיעה, אז מ'גייט איינשטעלען א בימה אין מיטן פון בית הכנסת, אט אזוי ווי די שולען זיינען געווען אין דער אלטער היים פון דורי דורות.
און ווי ערקלערט אין פילע ערטער אין די ספרים הק' די העכסט וויכטיקייט פון דעם תיקון הבימה אין מיטן פון בית הכנסת.
וואס אויב אין יעדער ארט און אין יעדער זאך, דארף א איד טאן אלץ, עס זאל זיין אין פולען איינקלאנג מיט ווילען פון השם יתברך בורא העולם מיטן גרעסטען מעגליכען הידור, דארף דאס דאך געוויס אזוי זיין אין דער מאקסימאלסטער מאס, אין א בית הכנסת וואס השם יתברך רופט דאס "מקום אשר אזכיר את שמי" און וואס אידען קומען דארט בעטען בא השם יתברך, פאר זיך און פאר יעדערן פון די נאהענטע און פריינד אלץ וואס מ'נויטיגט זיך, און מ'וויל אז השם יתברך זאל צוהערען די תפלה און ערפילען די בקשה.
איז דאך פארשטענדליך, אז דאס דארף געטאן ווערען אין אזא וועג און צושטאנד, עס זאל זיין אין איינקלאנג מיט ווילען פון דעם, בא וועמען מ'קומט בעטען די בקשה, און עס זאל זיין וואס מער מהודר צו געפינען וואס מער געפעליגקייט און חן בא דעם וועלכער קען ערפילען די בקשה.
און השם יתברך זאל העלפען אז אלץ זאל דורכגעפירט ווערען מיט פיל הצלחה בשמחה ובטוב לבב.
און בפרט אז מיר געפינען זיך דאך אין די טעג פון חדש אדר, וואס חכמינו ז"ל האבען אנגעזאגט, מרבין בשמחה, וואס א אנזאג פון תורה איז דאך גלייכצייטיג אויך א נתינת כח און מעגליכקייט צו מקיים זיין דעם אנזאג.
בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע און בפ"ש צו די אלע וועלכע זיינען זיך משתדל און וועלען צוגעבען בהשתדלות בעניני בית הכנסת, ס'זאל אין דער פולער מאס פארדינען דער נאמען "מקדש מעט" ובכבוד.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 20
- Id
- rh-cfy9qxfk
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit