עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

127

דעם אויבערשטן נחת רוח, "נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני"ט.

וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק דער גרויסער גליק געפיל און פאַרגע­ניגן וואָס אַ איד האָט בשעת ער באַטראַכט זיך אַז מ'האָט די מעגלעכ­קייט צו פאַרשאַפן פאַרגעניגן צום מלך מלכי המלכים הקב"ה —

וועט מען זיכער דאָס טאָן בשמחה ובטוב לבב, מיט אַ שמחה גדולה און מיט דער גרעסטער באַגייסטערונג.

כולל אויך דעם טאָן אין איינשטימונג מיט די אָפּלערנונגען פון די צוויי אויבנ­דערמאָנטע ענינים פאַרבונדן מיט ל"ג בעומר — אין דער עבודה פון יעדן אידן צו דינען דעם אויבערשטן און אים פאַרשאַפן נחת רוח.

ובפרט אַז התורה היא נצחיתי: תורה (כולל אויך דאָס וואָס תורה דערציילט אונז וועגן ר' עקיבא און רשב"י) איז אַן אייביקע לערנונגיא, ניט נאָר אין דעם דור פון רבי עקיבא און רשב"י, נאָר אויך אויף אַלע דורות נאָכדעם, אויך אונזער דור און די דורות נאָך אונזער דור — ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פירן אין טאָג טעגלעכן לעבן, אין דער הויפּט שליחות וועלכע אַ איד האָט — "אני נבראתי לשמש את קוני".

אָנהויבנדיק פון דעם כלל גדול בתו­רה — "ואהבת לרעך כמוך" — די אָנ­ווייזונג און אָפּלערנונג פון דעם סיפּור הנ"ל וועגן תלמידי רבי עקיבא — ווי מ'האָט ערשט גע'חזר'טיב די אָנווייזונג פון רבי עקיבאיג, אַז "ואהבת לרעך כמוך"יד איז אַ "כלל גדול בתורה" —

וועט יעדערער וואָס האָט זיך דערפון דערוואוסט איינווירקן אויף די אַלע צו וועמען ער קען דערגרייכן, און בפרט קינדער אויף אַנדערע קינדער, אינגע­לעך אויף אַנדערע אינגעלעך, און מיי­דעלעך אויף אַנדערע מיידעלעך — אַז אויך זיי זאָלן נוהג זיין כבוד זה לזה.

וואָס דאָס מאַכט און שאַפט אַ נחת רוח גדול באַ דעם אויבערשטן וואָס ער האָט אָנגעזאָגט "ואהבת לרעך כמוך", און אַ נחת רוח גדול באַ רבי עקיבא און זיינע תלמידים וואָס זיי האָבן אָנגעזאָגט און מגלה געווען אַז דאָס ("ואהבת לרעך כמוך") איז אַ "כלל גדול בתורה", וואָס התורה היא נצחית (כנ"ל).

ד. ס'איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד דער טאָג פון ל"ג בעומר איז פאַרבונדן מיט רשב"י, דאַרף מען צום אַלעם ערשטן אָפּלערנען זיך (בנוגע צו דער אייגענער עבודה לשמש את קוני) פון די הנהגות, אויפפירונגען, פון רשב"י וועגן וועלכע תורה דערציילט אונז.

וויבאַלד אַז תורה דערציילט אונז וועגן דעם, איז דאָס זיכער ניט סתם אַ דערציילונגטו, ח"ו, נאָר אַ הוראה, אַן אָנווייזונג פאַר כל אחד ואחת —

אַז ניט קוקנדיק אויף דער גרויסקייט פון רשב"י, וואָס ווער קען זיך צו אים גלייכןטז, ביז וואַנעט אַז רבי עקיבא, זיין

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-b1pr3p37

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources