בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג
128
רבי, האָט אויף אים עדות געזאָגטיז "אני ובוראך מכירין כוחך". ווער קען אָפּשאַצן די גרויסקייט פון רשב"י? איז דאָס בלויז "אני", רבי עקיבא וועלכער איז געווען זיין רבי, און "בוראך", דער אויבערשטער וועלכער האָט אים באַשאַפןיח —
ניט קוקנדיק אויף דעם, איז אַזוי ווי רשב"י האָט געוואָלט מזכה זיין און אויפטאָן פאַר דער גאַנצער וועלט — איז צוזאַמען מיט זיינע אויפפירונגען וועגן וועלכע תורה דערציילט אונז, האָט ער (רשב"י) געגעבן יעדער אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער וועלכע וועלן גיין אין זיינע וועגן — די מעגלעכקייט אַז אין דערויף זאָל מקוים ווערן "יגעתי ומצאתי"יט: בשעת זיי וועלן זיך משתדל זיין און האָרעווען אויפפירן זיך בהנ"ל ווי רשב"י האָט זיך געפירט — איז ווי קליין מ'זאָל זיין אין יאָרן אָדער קליין אין פאַרשטאַנד, איז אַ זיכערע זאַך אַז "ומצאתי", אַז מ'וועט עס דערגרייכן און געפינען אין דער פולסטער מאָס.
ה. וואָס איז די הויפּט הנהגה, די הויפּטאויפפירונג פון רשב"י? דערציילט אונז תורהשבעלפה, הוראה שבעלפה (וואָס איז דערנאָך שוין אויך אָפּגעדרוקט געוואָרן און מ'לערנט עס) — אַז ביי אים איז געווען "תורתו אומנתו"כ.
ער האָט זיך פאַרנומען מיט פאַרשידענע זאַכן. זיכער האָט ער געמוזט אָנקומען צו עסן, טרינקעןכא און ענלעכעס. וואָס איז אָבער געווען "אומנתו", זיין פאַך און ?אַרוף, און אין דערויף האָט ער זיך "אויפגעהאָדעוועט", און געהאָדעוועט זיינע תלמידים, און האָדעוועט און איז מחנך יעדערן פון אונז וואָס וויל מקבל זיין פון אים זיין חינוך — אַז תורתו דאָס איז "אומנתו".
אפילו אויב מ'איז פאַרנומען מיט פאַרשידענע אַנדערע זאַכן, דאַרף מען געדענקען אַז אַלע איבעריקע זאַכן חוץ תורה זיינען "סעקאנדערי", טפל — אַ צווייטע זאַך, אַ דריטע זאַך. דער אמת'ער פאַך און אמת'ער באַרוף און אמת'ע חיות פון יעדער אידן וואָס וויל גיין אין די וועגן פון רשב"י — איז די זאַך פון לערנען תורה.
ו. די אָנווייזונג אַז ביי יעדער אידן דאַרף זיין "תורתו אומנתו" איז אַ שטאַרקע און לעבעדיקע אָנווייזונג ספּעציעל פאַר יעדער אידיש קינד:
ערוואַקסענע, בפרט חתונהגעהאַטע, דאַרפן אָפּגעבן אַ טייל פון זייער צייט אויף פאַרדינען אויף פּרנסה, במילא גייט אַוועק צייט אויך אויף קומען אין באַרירונג מיט אַנדערע מענטשן, מיט וועלכע מ'דאַרף רעדן וועגן תורהכב, אָבער מ'מוז מיט זיי אויך רעדן אין אַן אופן אַז ס'זאָל אַרויסהעלפן צו פאַרדינען אויף דער פּרנסה.
באַ קינדער אָבער, פאַרשפּאָרן זיי זייערע עלטערן און זיי נעמען אַוועק פון די קינדער אַלערליי דאגות, מ'גיט זיי פאַרטיקע עסן און טרינקען, אַ דירה,
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לז
- Id
- rh-c1h9y4qf
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.