English
ספרייה

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

128

רבי, האָט אויף אים עדות געזאָגטיז "אני ובוראך מכירין כוחך". ווער קען אָפּ­שאַצן די גרויסקייט פון רשב"י? איז דאָס בלויז "אני", רבי עקיבא וועלכער איז געווען זיין רבי, און "בוראך", דער אויבערשטער וועלכער האָט אים באַ­שאַפןיח —

ניט קוקנדיק אויף דעם, איז אַזוי ווי רשב"י האָט געוואָלט מזכה זיין און אויפטאָן פאַר דער גאַנצער וועלט — איז צוזאַמען מיט זיינע אויפפירונגען וועגן וועלכע תורה דערציילט אונז, האָט ער (רשב"י) געגעבן יעדער אידן, אָנהויבנ­דיק פון גאָר קליינע קינדער וועלכע וועלן גיין אין זיינע וועגן — די מעג­לעכקייט אַז אין דערויף זאָל מקוים ווערן "יגעתי ומצאתי"יט: בשעת זיי וועלן זיך משתדל זיין און האָרעווען אויפפירן זיך בהנ"ל ווי רשב"י האָט זיך געפירט — איז ווי קליין מ'זאָל זיין אין יאָרן אָדער קליין אין פאַרשטאַנד, איז אַ זיכערע זאַך אַז "ומצאתי", אַז מ'וועט עס דערגרייכן און געפינען אין דער פולסטער מאָס.

ה. וואָס איז די הויפּט הנהגה, די הויפּט­אויפפירונג פון רשב"י? דערציילט אונז תורה­שבעל­פה, הוראה שבעל­פה (וואָס איז דערנאָך שוין אויך אָפּגע­דרוקט געוואָרן און מ'לערנט עס) — אַז ביי אים איז געווען "תורתו אומנתו"כ.

ער האָט זיך פאַרנומען מיט פאַר­שידענע זאַכן. זיכער האָט ער געמוזט אָנקומען צו עסן, טרינקעןכא און ענ­לעכעס. וואָס איז אָבער געווען "אומ­נתו", זיין פאַך און ?אַרוף, און אין דערויף האָט ער זיך "אויפגעהאָדע­וועט", און געהאָדעוועט זיינע תלמידים, און האָדעוועט און איז מחנך יעדערן פון אונז וואָס וויל מקבל זיין פון אים זיין חינוך — אַז תורתו דאָס איז "אומנתו".

אפילו אויב מ'איז פאַרנומען מיט פאַרשידענע אַנדערע זאַכן, דאַרף מען געדענקען אַז אַלע איבעריקע זאַכן חוץ תורה זיינען "סעקאנדערי", טפל — אַ צווייטע זאַך, אַ דריטע זאַך. דער אמת'ער פאַך און אמת'ער באַרוף און אמת'ע חיות פון יעדער אידן וואָס וויל גיין אין די וועגן פון רשב"י — איז די זאַך פון לערנען תורה.

ו. די אָנווייזונג אַז ביי יעדער אידן דאַרף זיין "תורתו אומנתו" איז אַ שטאַר­קע און לעבעדיקע אָנווייזונג ספּעציעל פאַר יעדער אידיש קינד:

ערוואַקסענע, בפרט חתונה­געהאַטע, דאַרפן אָפּגעבן אַ טייל פון זייער צייט אויף פאַרדינען אויף פּרנסה, במילא גייט אַוועק צייט אויך אויף קומען אין באַ­רירונג מיט אַנדערע מענטשן, מיט וועלכע מ'דאַרף רעדן וועגן תורהכב, אָבער מ'מוז מיט זיי אויך רעדן אין אַן אופן אַז ס'זאָל אַרויסהעלפן צו פאַר­דינען אויף דער פּרנסה.

באַ קינדער אָבער, פאַרשפּאָרן זיי זייערע עלטערן און זיי נעמען אַוועק פון די קינדער אַלערליי דאגות, מ'גיט זיי פאַרטיקע עסן און טרינקען, אַ דירה,

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-c1h9y4qf

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות