נשא
187
ומהנכון אשר יבדקו את התפילין שלו ובכל יום חול קודם הנחתם להפריש פרוטות אחדות לצדקה, וכן אשר יבדקו את המזוזות בדירתם שתהיינה כולן כשרות כדין, ובטח שומר הוא על שלשת השיעורים דחומש תהלים ותניא הידועים.
בברכה לבשו"ט בכל האמור ולכתיבה וחתימה טובה.
... אין אייער בריף דערמאָנט איר וועגען דעם שלום בית פון מר. . וזוגתו שיחיו, מען דאַרף ערקלערען דעם פאָטער דאָס וואָס איך האָב אים געשריבען ווען עס האָט זיך נאָך גערעדט וועגען דעם שידוך, אַז זיי דאַרפען איינשטעלען זייער הויז אויף ריכטיגע תורה יסודות, וואָס דאָס איז נוגע ניט נאָר צו דעם נשמה גליק נאָר אויך צום קערפּערליכען גליק, און צי מען פאַרשטייט דאָס יע צי מען פאַרשטייט דאָס ניט, איז קיין גרויסער אונטערשייד אין דעם, אָט אַזוי ווי ווען מען פאָלגט אויס די אָנווייזונגען פון אַ גרויסען פּראָפעסאָר האָט מען דעם בענעפיט, אפילו ווען מען ווייסט ניט דעם טעם פאַרוואָס, און בפרט ווען דאָס איז אַ אָנזאָג פון דעם בורא עולם וועלכער איז אויך דער רופא כל בשר.
זעלבסטפאַרשטענדליך ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין את מר. . וזוגתו שי' לשלום בית, מען דאַרף אָבער ניט פאַרגעסען אויך דעם עיקר, אַז באַ זיי דאַרף זיין "שלום בית" פון דער נשמה מיטן גוף, און דאָס מאַכט שלא בערך לייכטער אויך דעם שלום בית אין הויז. . .
במענה על מכתבו מעש"ק שלח, אין וועלכן איר באַשרייבט אייער אַרט לעבען, ווי איר זייט נתקרב געוואָרען צו אנ"ש און די שיריים וואָס עס איז נאך פאַרבליבען פון דעם היפך הטוב וכו' וכו' און איר קענט זיך ניט באַהערשען וכו' וכו':
וויבאַלד אַז איר זעהט, אַז השי"ת האָט אייך אַרויסגענומען פון דעם מקום החשך און האָט אייך אַוועקגעשטעלט אין דעם קרן אורה זו תורה ומצוה ותורת החסידות בפרט, במילא זעהט איר דאָך אַז איר גייט פון לינקס צו רעכט, און דער
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לח
- Id
- rh-842jtshj
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.