נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
58וארא 3
א.אויפן פסוקא „הוא אהרן ומשה אשר אמר ה' להם הוציאו את בנ"י", וואו עס שטייט פריער אהרן און דערנאָך משה, זאָגט רש"י „יש מקומות שמקדים אהרן למשה, ויש מקומות שמקדים משה לאהרן לומר לך ששקולין כאחד"ב.
דער ענין ווערט באַוואָרנט אויך אין תוספתאג און אין מדרשד, אָבער דאָרטן איז דער לשון „בכל מקום הקדים משה לאהרן, במקום אחד הוא אומר הוא אהרן ומשה מלמד ששקוליןה זה כזה".
דער טעם וואָס רש"י מוז זאָגן „יש מקומות שמקדים אהרן למשה ויש מקומות שמקדים משה לאהרן" — ניט ווי אין תוספתא ומדרש „בכל מקום הקדים משה לאהרן במקום אחד הוא אומרו כו'" — איז מובן בפשטות, ווייל ע"פ דרך הפשט לייגט זיך ניט צו זאָגן, אַז פון דעם וואָס דער פסוק איז משנה „במקום אחד" אַנדערש ווי דער סדר איז „בכל מקום"ז, זאָל מען אָפּלערנען אַ חידוש עיקרי בכל המקומות („שקולין כאחד")ח,
[דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט וואָס רש"י ברענגט ניט דעם ענין פון „שקולין כאחד" אין די אַנדערע ערטער וואָס ווערן אויסגערעכנט אין תוספתא און מדרש הנ"ל, וואו מיר געפינעןט אַז „במקום אחד" איז דער פסוק מהפך דעם סדר פון צוויי זאַכן, און דערפון לערנט מען אַרויס אַז זיי זיינען שקולים],
נאָר מ'דאַרף זאָגן אַז דער שינוי במקום אחד איז צוליב אַ טעם, וואָס איז דאָ נאָר באַ דעם מקום אחד; וע"ד ווי רש"י איז מפרשי דעם59פסוקיא „איש אמו ואביו תיראו" [איינע פון די ערטער וואָס ווערן גערעכנט אין מדרש הנ"ל — „בכ"מ הוא מקדים כיבוד אב לאם ובמקום אחד הוא אומר איש אמו ואביו תיראו מגיד ששניהם שקולין זה כזה"] — „כאן הקדים אם לאב לפי שגלוי לפניו שהבן ירא את אביו יותר מאמו, ובכבוד הקדים אב לאם לפי שגלוי לפניו שהבן מכבד את אמו יותר מאביו מפני שמשדלתו בדברים".
און דעריבער זאָגט רש"י בנדו"ד „יש מקומות כו' ויש מקומות כו'" — לשון רבים — ווייל דוקא פון דעם וואָס דער שינוי הסדר איז אין כמה מקומותיב קען מען אָפּלערנען אַז „שקולין כאחד"יג.
ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: ס'איז מובן, אַז דאָס וואָס אין רש"י איז דער לשון „יש מקומות", אַז ס'איז דאָ מער ווי איין אָרט וואו דער פסוק איז מקדים אהרן פאַר משה, און אין תוספתא ומדרש שטייט אַז דאָס איז נאָר „במקום אחד" — איז עס ניט קיין פלוגתא אין מציאות (צי דאָס געפינט מען אין תורה איין מאָל אָדער מערערע מאָל — אין דעם איז דאָך ניט שייך קיין מחלוקת), נאָר דער חילוק ביניהם איז — צי אין די אַנדערע ערטער וואו דער פסוק איז מקדים אהרן פאַר משה (חוץ דעם פסוק „הוא אהרן ומשה"), איז עס כדי אָפּלערנען אַז זיי זיינען „שקולין כאחד" אָדער דאָרט מוז שטייען בסדר זה דוקא.
די אַנדערע מקומות אין תורה וואו דער פסוק דערמאָנט פריער אהרן פאַר משה, זיינען: א) אין דער פרשה, מיט עטלעכע פסוקים פריעריד — „ויקח עמרם את יוכבד דודתו לו לאשה ותלד לו את אהרן ואת משה"; ב) אין פ' במדברטו — „ואלה תולדות אהרן ומשה"; ג) אין פ' פינחסטז „ותלד לעמרם את אהרן ואת משה"
— איז פאַרשטאַנדיק בפשטות דער טעם פאַרוואָס די תוספתא און מדרש נעמען אָן אַז פון די פסוקים קען מען ניט מדייק זיין אַז „שקולין זה כזה", היות אַז אין זיי רעדט זיך וועגן לידת אהרן ומשה (אָדער זייערע תולדות), דעריבער מוז דער פסוק מקדים זיין אהרן פאַר משה — לויטן סדר לידתםיז.
60עס איז אָבער ניט מובן: וואָס איז די סברא פון רש"י וואָס רעכנט אויך די מקומות אַלס אַ הוכחה „ששקולין כאחד", ובפרט אַז דוקא רש"י איז לימודו בדרך הפשט?
ג. לכאורה י"ל אַז כוונת רש"י איז ניט די פסוקים — „ותלד לו את אהרן ואת משה" (בפרשתנו) און „ותלד לעמרם את אהרן ואת משה" (בפ' פינחס) — ער מיינט נאָר דעם פסוק „ואלה תולדות אהרן ומשה" וואָס דאָרטן רעדט זיך ניט וועגן דער לידה פון משה ואהרן עצמם, נאָר וועגן זייערע תולדות — און וואָס נאָכמער: די תולדות פון משה ווערן דאָרט אינגאַנצן ניט דערמאָנט (וואָס דערפאַר זאָגט רש"ייח אַז „מלמד שכל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו" און דעריבער ווערן „בני אהרן" אָנגערופן „תולדות משה לפי שלמדן תורה")
ובמילא האָט דאָרט געדאַרפט זיין דער סדר הרגיל בכל מקום (משה ואהרן) ואדרבה: דאָרט דאַרף שטיין משה פריער נאָך ביתר שאת ווי בכל מקום, ווייל ער איז געווען דער וואָס „למדם תורה" (און אויך צו אהרן), וואָס וועגן דעם רעדט זיך דאָרט אין פסוקיט.
און היות אַז דאָרטן אויך הקדים אהרן למשה — („יש מקומות", לשון רבים — צוזאַמען מיטן פסוק „הוא אהרן ומשה") איז דאָס — ללמדך ששקולין כאחד.
אָבער עס איז שווער צו זאָגן אַז דאָס איז כוונתו של רש"י, ווייל אויב ער וואָלט געמיינט נאָר דעם פסוק בספר במדבר, אויסשליסנדיק דעם פסוק בפרשתנו — וואָלט ער דאָס געזאָגט במפורש; פונעם לשון „יש מקומות" סתם איז משמע אַז דאָס זיינען מקומות וואָס מ'ווייס שוין פון זייכ (אָדער עכ"פ אַזעלכע וואָס שטייען אין דעם המשך פון די פרשיות).
ד. עס איז אויך קשה אין דעם פרש"י לויט התחלתו. וז"ל: „הוא אהרן ומשה, אלו שהוזכרו למעלה שילדה יוכבד לעמרם", דאָס מיינט, אַז דער פסוק קומט בהמשך צום ענין פון לידת אהרן ומשה וואָס שטייט למעלה („שילדה יוכבד") — איז דאָך מובן בפשטות אַז דער פסוק מוז מקדים זיין אהרן פאַר משהכא — היינט ווי אַזוי קען מען פון דעם סדר בהפסוק אַרויסלערנען אַז „שקולין כאחד"?
ואפילו את"ל אַז פונעם המשך פון דעם פסוק, „(הוא אהרן ומשה) אשר אמר ה' להם הוציאו את בנ"י מארץ מצרים", איז מוכח אַז דאָ איז ניט נוגע61(סדר) לידתם, נאָר — זייער תפקיד אין אויספירן דעם ציווי ה' בקשר צו יציאת בנ"י ממצרים — איז ניט מובן:
— ער האָט געדאַרפט מפרש זיין דאָ ע"ד ווי זיין פירוש אויף „איש אמו ואביו תיראו", אַז דער טעם וואָס דער פסוק איז משנה דעם סדר הקדימה איז ווייל עס פאָדערט זיך אַ הדגשה מיוחדת בנוגע איינעם פון די פרטים — ועד"ז בנדו"ד: דאָס וואָס דער פסוק זאָגט דאָ „הוא אהרן ומשה" (אהרן פריער), איז ווייל מיט מקדים זיין אהרן פריער איז די תורה אויסן צו מדגיש זיין און באַוואָרענעןכב: היות אַז דאָס רעדט זיך וועגן זייער שליחות אַרויסצונעמען אידן פון מצרים, וואָס פון פשטות הכתובים איז משמע אַז אין דעם איז משה געווען דער גאַנצער עיקר, וועמען דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן און אים אָנפאַרטרויט די שליחות — דעריבער איז דער פסוק דאָ משנה ומקדים „הוא אהרן (פריער) ומשה", צו מדגיש זיין אַז אהרן איז ניט געווען אינגאַנצן טפל צו משה אין דער שליחותכג.
ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין דורך מסביר זיין נאָך כמה דיוקים אין פרש"י:
רש"י שטעלט זיך אויף „הוא אהרן ומשה" און איז מפרש „אלו שהוזכרו למעלה שילדה יוכבד לעמרם" (און לויט'ן נוסח פון כמה דפוסיםכד איז ער ממשיך) „הוא אהרן ומשה אשר אמר ה'כה יש מקומות שמקדים כו'". ולכאורה:
א) וואָס פאַר אַ שייכות בתוכן האָט דער ענין אַז „יש מקומות שמקדים כו' לומר לך ששקולין כאחד" צו התחלת הדיבור „אלו שהוזכרו למעלה שילדה יוכבד לעמרם"?
ב) אויב אַז כוונתו איז צו באַוואָרענען דעם שינוי ההקדמה (בסדר שמותיהם) פון איין מקום לגבי אַ צווייטן וואָלט דאָך (אַמבעסטן) מתאים געווען צו ברענגען דעם שינוי וואָס מ'געפינט — גלייך אין סיום פון פסוק שלאחרי זה אין זעלבן ענין און מיט די זעלבע ווערטער — „הוא משה ואהרן"כו?
ד) פאַרוואָס זאָגט רש"י „ששקולין כאחד" — ניט ווי דער לשון וואָס שטייט62אין תוספתא און מדרשכז: ששקולין זה כזהכח?
ה) ועיקר: ווי אַזוי קען מען בכלל זאָגן בנוגע צו משה ואהרן אַז „שקולין כאחד", בשעת אַז אפילו אַ בן חמש למקרא ווייס אַז ס'איז ניטאָ קיין גלייכן צו משה רבינוכט, ובפרט אַז ער ווייס שוין פון פרש"י פריערל אַז „כשנולד נתמלא הבית כולו אורה", און ער איז געווען מושיעם של ישראללא, וכו'לב — און רש"י באַוואָרנט דאָס אַלס ניטלג.
וא"ו. אין פסוק שלאחרי זה שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „הם המדברים וגו'" און איז מפרש „הם שנצטוו הם שקיימו". בפשטות איז רש"י אויסן דערמיט באַוואָרענען (ווי מפרשיםלד זיינען מסביר) די שאלה: צוליב וואָס דאַרף דער פסוק זאָגן „הם המדברים"? ס'איז דאָך אַ זאַך וואָס מ'ווייס שוין! דעריבער איז רש"י מפרש „הם שנצטוו הם שקיימו". אָבער — מאי קמ"ל? איז דען אַ חידוש אַז משה ואהרן האָבן מקיים געווען דעם ציווי ה'לה?
א) וואָס איז דאַ נוגע די מעלה וואָס זיי זיינען געבליבן גאַנץ „בשליחותם ובצדקתם מתחלה ועד סוף"?
ב) וואָס זיינען די ביידע פרטים „בשליחותם ובצדקתם": מיינט רש"י זייער כללות'דיקע שליחות און צדקותלו, און ווי עס שטייט אין גמראלז, האָט ער געדאַרפט זאָגן (כלשון הגמרא) בלויז „הן בצדקתם מתחלה ועד סוף"; וואָס איז ער מוסיף „בשליחותם"? און אויב ער מיינט אַלס המשך ופירוש צום תוכן פון התחלת הכתוב, „הם שנצטוו הם שקיימו", איז דאָך דאָ (בעיקר) נוגע דאָס וואָס זיי זיינען געווען גאַנץ „בשליחותם מתחלה ועד סוף" (און ניט זייער צדקות בכלל)?
ג) וואָס איז רש"י מקדים בתחלת פירושו דעם וואָרט „הם", און הויבט ניט63אָן גלייך (בהמשך צום לשון הכתוב „הוא משה ואהרן") — „בשליחותם ובצדקתם מתחלה ועד סוף"?
ז. דער ביאור בכל זה:
די קשיא וואָס רש"י קומט דאָ באַוואָרענען איז: לכאורה זיינען די צוויי פסוקים בכלל איבעריק. עס שטייט דאָך שוין פריערלח „וידבר ה' אל משה ואל אהרן ויצוום גו'"; ס'איז נאָר — ווי רש"י איז מפרש פריערלט — וואָס אין מיטן פון דעם ענין האָט דער פסוק מפסיק געווען צו דערציילן „האיך נולדו משה ואהרן ובמי נתיחסו". און ווען דער פסוק פאַרענדיקט דעם ענין פון זייער יחוס, הויבט ער אָן נאָכאַמאָל „וידבר ה' גו'"מ, אַזוי אַז דאָס איז (בלשון רש"י) „הוא הדיבור עצמו האמור למעלה". דאָס איז אָבער נאָר מסביר פאַרוואָס דער פסוק דאַרף נאָכאַמאָל זאָגן „וידבר גו'". עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק די אריכות אין די צוויי פסוקים — „הוא אהרן ומשה אשר אמר ה' להם גו'", וויבאַלד זייער תוכן איז שוין באַוואוסט פון פריער?
און דאָס באַוואָרנט רש"י מיט זיין פירוש „אלו שהוזכרו למעלה שילדה יוכבד לעמרם" — און דאָס פאַרענטפערט אויך פאַרוואָס דער פסוק דאַרף מפסיק זיין אין מיטן אַ דיבור וענין צו דערציילן דעם יחוס פון משה ואהרן, וכדלקמן.
ח. די הסברה אין דעם: מ'האָט שוין פריער געלערנט וועגן דער מוטער פון משה ואהרן, יוכבדמא, אַז זי האָט ניט אויסגעפירט גזירת פרעה „אם בן הוא והמתן אותו"מב, נאָר „ותיראנה המילדות את האלקים ולא עשו כאשר דבר אליהן מלך מצרים"; און ניט בלויז האָבן זיי ניט מקיים געווען דעם „והמתן אותו", נאָר נאָכמער: „ותחיין את הילדים" — „מספקות להם מים ומזון כו'"מג. זי האָט זיך משתדל געווען צו טאָן אַלץ וואָס זי קען אויף צו מבטל זיין די גזירה פון פרעה און נאָך געטאָן דעם היפך פון דעם; ועד"ז געפינט מען בנוגע צו זייער פאָטער, עמרם, אַז ניט קוקנדיק אויף גזירת פרעה איז „החזירה ועשה בה ליקוחין שניים"מד.
און דאָס איז דאָ די תורה מטעים ומדגיש: דער טעם וסיבה פון דעם וואָס „וידבר ה' אל משה ואל אהרן ויצוום אל בנ"י ואל פרעה מלך מצרים להוציא את בנ"י מארץ מצרים", וואָס דער אויבערשטער האָט זיי אויסגעקליבן צו אַרויספירן די אידן פון מצרים — איז דאָס ווייל „הוא אהרן ומשה — שילדה יוכבד לעמרם", צוליב דעם זכותמה און מעלה פון זייער אב ואםמו אין אויפהאַלטן און אויפלעבן (ותחיין) די אידן אין מצרים, זיינען זיי געוואָרן די וואָס „אמר ה' להם הוציאו את בנ"י מארץ מצרים".
און ניט נאָר אין דעם פסוק („הוא אהרן ומשה"), נאָר אויך פריער, וואו עס רעדט זיך וועגן זייער יחוסמט — וויבאַלד אַז די גאַנצע כוונה דערביי, כנ"ל, איז (ניט סתם צו דערציילן סדר תולדות כו'נ, נאָר) צו מבאר זיין דעם טעם הזכות פון משה ואהרן צו זיין די שלוחים אויף דורכפירן די גאולה — האָט אויך דאָרט געדאַרפט שטיין „ותלד לו את משה ואת אהרן"נא (היות אַז אויך אין דעם מכוון פון סיפור לידתם איז משה דער עיקר)נב?
דעריבער איז רש"י גלייך ממשיך „יש מקומות שמקדים אהרן למשה וכו'" — וואָס מיט „יש מקומות" מיינט טאַקע רש"י דעם פסוק וואָס דאָ פריערנג בסמיכות „ותלד לו את אהרן ואת משה"65(צוזאַמען מיטן פסוק „הוא אהרן ומשה") — „לומר לך ששקולין כאחד".
און דער דיוק אין דעם איז — „שקולין כאחד": ס'איז ניט דער פשט אַז משה ואהרן זיינען גלייך איינער צום צווייטן, אַז זיי האָבן ביידע די זעלבע דרגא פון גדלות וכיו"ב — נאָר אַז אין דער שליחות צו אַרויסנעמען אידן פון מצרים זיינען זיי ביידע ווי איינער: (די גלייכקייט איז אין דעם וואָס) ביידע זיינען אַ טייל פון איינער און דער זעלבער שליחותנד —
„יש מקומות שמקדים אהרן למשה ויש מקומות שמקדים משה לאהרן", ווייל ביי זיי ביידן איז איין שליחותנה.
יו"ד. פון דעם וואָס דער פסוק איז דאָ מוסיף „הם המדברים אל פרעה מלך מצרים להוציא גו'" אַלס אַן ענין בפ"ע, איז מוכח, אַז אויך אין דעם פרט פון זייער ריידן צו פרעה מלך מצרים איז נוגע זייער מעלת היחוס אַז זיי זיינען „אלו שהוזכרו למעלה שילדה יוכבד לעמרם" — איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס איז די שייכות פון זייער יחוס צו זייער זיין די „מדברים אל פרעה מלך מצרים"?
עד"ז איז געווען די הנהגה פון אהרן ומשה אין זייער דיבור מיט פרעה מלך מצרים — אַז כאָטש דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט שוועריקייטן, ווי די תורה דערציילט פריער אַז פרעה האָט זיי געזאָגטנז „למה משה ואהרן תפריעו את העם גו' לכו לסבלותיכם" וכו';
און דעריבער איז דער פסוק מוסיף „הם המדברים אל פרעה מלך מצרים להוציא גו'", אַז אויך אין זייער ריידן צו פרעה, און זייער אופן פון טאָן זייער שליחות, האָט זיך אַרויסגעזאָגט אַז דאָס זיינען „אלו שהוזכרו למעלה שילדה יוכבד לעמרם". ד.ה. אַז דאָס וואָס „אמר66ה' להם הוציאו את בנ"י", איז געווען ווייל זיי האָבן איבערגענומעןנח און געהאַלטן ביי דער מעלה פון עמרם און יוכבד, צו וועלן אויספירן בכל כוחםנט דעם רצון וציווי ה'ס — ווי מ'האָט דאָס געזען אין דעם וואָס „הם שנצטוו הם שקיימו"סא.
יא. ווען דער פסוק איז דערנאָך מוסיף „הוא משה ואהרן" — שטעלן זיך די שאלות:
א) וואָס איז די כוונה אין דעם וואָס די תורה חזר'ט איבער דאָ נאָכאַמאָל דעם לשוןסב?
ב) פאַרוואָס איז דער פסוק דאָ משנה ומקדים משה פאַר אהרן [וואָרום מיט די „יש מקומות" וואָס רש"י ברענגט שמקדים משה לאהרן מיינט ער ניט (בדוקא) דעם פסוקסג, כנ"ל (אַז פון דעם ווייס מען אַז שקולין כאחד), נאָר די כמה פסוקים פריער אין וועלכע מ'איז מקדים משה פאַר אהרןסד].
ג) דער פסוק הויבט אָן בלשון רבים „הם המדברים" און איז מסיים (ניט „הם משה ואהרן", נאָר) „הוא משה ואהרן", בלשון יחידסה.
דערויף איז רש"י מפרש „הם בשליחותם ובצדקתם מתחלה ועד סוף": דער ענין פון „הוא משה ואהרן" דאָ איז ניט ווי „הוא אהרן ומשה" אין פריערדיקן פסוק, וואָס דאָרט איז די הדגשה אַז „שקולין כאחד", נאָר דאָ איז די כוונה אַז „הם בשליחותם" (רבים — צוויי), יעדער איינער איז בפ"ע;
ד.ה. זייער זיין „שקולין כאחד" — אין דער שליחות זיינען זיי ווי „אחד" כנ"ל — איז נאָר ווי דער ענין איז מצד „אמר ה' להם", מצד דעם ציווי פון דעם אויבערשטן, אָבער דער מילוי השליחות בפועל איז געווען ניט באופן אחד, נאָר אין צוויי, באַ יעדן איינעם פון זיי באופן שונה:
משה האָט זיך „געדונגען" מיטן אויבערשטן, האָט געזאָגט „שלח נא ביד תשלח"סו (מצד צדקת משה „שלא הי' רוצה ליטול גדולה על אהרן"סז) וכו', משא"כ ביי אהרן'ען איז דאָס געווען אין אַן אופן פון „וראך ושמח בלבו", און „לא כשאתה סבור שיהא מקפיד עליך שאתה עולה לגדולה"סח; ולאידך, אין דער שליחות בפועל איז משה געווען דער ראש ועיקר און אהרן איז ביי אים געווען „לפה ולמליץ"סט — סיי בנוגע דעם דיבור צו אידן און אַזוי אויך בנוגע דעם דיבור צו פרעה. משה איז געווען „אלקים לפרעה" — „שופט ורודה67לרדותו במכות ויסורין", און „אהרן אחיך יהי' נביאך"ע — „ימליצנו ויטעימנו באזני פרעה"עא.
און דאָס איז רש"י מוסיף בפירושו ומדגיש „הם בשליחותם ובצדקתם", אַז דער לשון „הוא" דאָ, וואו דער פסוק איז מקדים משה פאַר אהרן, באַציט זיך אויף משה בפ"ע און אהרן בפ"ע (כאילו ווי עס וואָלט געשטאַנען „הוא משה והוא אהרן"), און דאָס איז מסביר אַז „הם בשליחותם ובצדקתם": בנוגע דעם מילוי השליחות בפועל זיינען זיי „הם", רבים, צוויי באַזונדערע אופנים „בשליחותם (וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט זייערע באַזונדערע מעלות אויך) ובצדקתם".
יב. פון יינה של תורה אין פירוש רש"י:
ס'איז מבואר אין חסידותעב אַז משה ואהרן זיינען בדוגמת השמות הוי' און אלקים, און „הוא אהרן ומשה", „הוא משה ואהרן" (און ניט „הם אהרן ומשה גו'") וואָס דערמיט ווערט געמיינט אַז זיי זיינען איין זאַך, איז דער ענין פון „הוי' הוא האלקים" יחוד הוי' ואלקים.
און דאָס זיינען די צוויי ענינים פון „הוא אהרן ומשה" און „הוא משה ואהרן": אין דעם יחוד הוי' ואלקים זיינען דאָ צוויי אופנים און מדריגות, וועלכע זיינען מרומז אין די צוויי מאָלעג „ה' הוא האלקים" און — י"ל בדרך אפשר — וועלכע שטייען אין די צוויי פסוקים: „אתהעד הראית לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו", און „וידעתעה היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד".
וי"ל אַז „הוא אהרן ומשה" איז מרמז אויף דער בחי' פון „ה' הוא האלקים" ווי ס'איז מצד „אתה הראית", און „הוא משה ואהרן" — בחי' ה' הוא האלקים מצד „וידעת היום"עו.
יג. דער ביאור בזהעז: דער יחוד ה' הוא האלקים פון „אתה הראית" איז בדרך גילוי מלמעלה למטה, ווי דער אַלטער רבי האָט געטייטשטעח: „אתה — דו עצמות א"ס ב"ה, הראית — האָסט זיך באַוויזן, לדעת — אַז מען זאָל דיך וויסן". און דעריבער שטייט ניט אין דעם פסוק „בשמים ממעל ועל הארץ מתחת", ווייל מצד דעם גילוי מלמעלה, זעט זיך אין יעדער זאַך זיין שורש, זיין „למעלה", (אין שמות), און „שמים" און „ארץ" זעען זיך ניט אַן אַלס מציאות בפ"ע;
משא"כ „ה' הוא האלקים" מצד „וידעת היום גו' והשבות" איז בדרך מלמטה למעלה. די ידיעה והכרה אַז ה' הוא האלקים זאָל ביי דעם אדם זיין ע"י עבודתו. און דעריבער איז דאָ „בשמים ממעל ועל הארץ מתחת" — שמים און ארץ זיינען באַזונדער און אָפּגעטיילט. מצד דעם יחוד מלמטה למעלה הערט68זיך אָן די התחלקות אין נבראים, און מ'דאַרף אין זיי פועל זיין דעם ענין היחוד והאחדות בגילוי.
אָבער לאידך, דוקא אין דעם יחוד פון ה' הוא האלקים בדרך מלמטה למעלה, מצד דעם וידעת, דריקט זיך אויס אחדותו ית' מער ווי אין ה' הוא האלקים מצד דעם גילוי מלמעלה (אתה הראית), אַז כאָטש די וועלט זעט זיך ווי אַ מציאות פאַר זיך, אעפ"כ איז דער עולם מיוחד עמו ית' בתכלית היחוד, וואָס דאָס נעמט זיך מצד העצמות דוקא, וואָס ער איז כל יכול ונושא הפכים.
יד. און דאָס זיינען די צוויי אופנים פון „הוא אהרן ומשה" און „הוא משה ואהרן", וואָס רש"י איז מפרש ומגלה:
„הוא אהרן ומשה" איז „אלו שהוזכרו למעלה שילדה כו'": דאָס איז די מדריגת היחוד פון „ה' הוא האלקים" ווי זי ווערט נמשך בדרך גילוי (והולדה) מלמעלה, וואָרום דאָ רעדט זיך (כפירוש הפשוט אין פסוק) „אשר אמר ה' להם", ווי דאָס איז מצד האמירה מלמעלה;
אין צווייטן פסוק וואו עס שטייט „הוא משה ואהרן" וואָס פון דעם וואָס דאָס שטייט נאָך דעם פריערדיקן פסוק און איז דאָ מקדים משה פאַר אהרן, איז מוכח אַז דאָס איז נאָך אַ העכערע מדריגה — איז רש"י מפרש ומגלה אַז דאָס קומט מצד דער עבודה ופעולת המטה: „הם בשליחותם ובצדקתם", בהמשך צו התחלת הכתוב „הם המדברים אל פרעה", „הם שקיימו", וואָס מצד עבודת האדם איז דאָ אַן ענין פון התחלקות ופירוד אין נבראים.
און דוקא מצד דעם אופן, אַז דער יחוד קומט מצד עבודת האדם, דעמאָלט איז אין דעם ניטאָ קיינע שינויים „מתחלה ועד סוף", ווייל דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם יחוד ווי דאָס איז מצד עצמותו ית' כנ"לעט, וואָס איז העכער פון גדר השינוי וההתחלקות וכו'.
וואָס בגלוי וועט דער אופן זיין לעת"לפ, ווען „מלאה הארץ דעה את ה'"פא, וואָס דעמאָלט וועט מען זוכה זיין אַז „משה ואהרן יהא עמנו"פב, בביאת משיח צדקנו.
(משיחת מוצאי ש"ק וארא תשל"ט)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר