ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ
372
און די כוונה אין דעם איז — כפתגם פון דעם אַלטן רבי'ןמו, אַז דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות, און אידן מאַכן פון גשמיות רוחניות, וואָס דער כח לזה האָבן אידן דערפון וואָס זיי זיינען העכער פאַר גשמיות און רוחניות (וואָס דאָס שטייט בגלוי ביוהכ"פ), דערפאַר ווערן נמשך אַלע ענינים בגשמיות וברוחניות, וברוחניות ובגשמיות גם יחד.
ו. צווישן אידן גופא שטייט דער ענין (אַז אידן זיינען העכער פאַר אַלע ענינים) נאָכמער בגלוי באַ תלמידי הישיבה, וואָס זייער ענין איז — לימוד התורהמז, ביז באופן אַז "תורתו אומנתו"מח בהנהגתו (אומנתו) הגשמית: זייענדיק אַ נשמה בגוף (וועלכע האָט צרכים גשמיים) נעמט מען פון אים אראָפּ די דאגות בעניני עוה"ז (בדוגמא דער מצב ביוהכ"פ, אַז אַלס נשמה בגוף איז מען בדוגמת מלאכי השרת), בכדי ער זאָל קענען לערנען תורה מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, באופן אַז "אומנתו" איז "תורתו",
בדוגמא ווי רשב"י וחביריו (וואָס זיינען די דוגמא אין תושבע"פמח אויף "תורתו אומנתו"), וואָס זייענדיק דאָ למטה אין עוה"ז הגשמי און בזמן גזירת המלכות — שטייט אין חסידותמח אַז באַ רשב"י איז ניט געווען דער חורבן וגלות ("לא נחרב הבית כלל"), ועאכו"כ ניט די דאגות פון עניני עוה"ז וואָס קענען שטערן צו לימוד התורה הנ"ל (באופן פון "תורתו אומנתו").
ובפרט — די תלמידי ישיבת תומכי תמימים, וועלכע לערנען נגלה דתורה צוזאַמען מיט פנימיות התורה — וואָס דאָס דערגרייכט אין "לפנימט הוי' תטהרו", און דורך הפצת המעינות (דפנימיות התורה) חוצה ברענגט מען די גאולהנ, וואָס מזה מובן, אַז דורך לערנען פנימיות התורה במיוחד — שטייט מען אין אַ מצב פון גאולה (העכער פאַר גלות).
וביחד עם זה — זיינען די תלמידי הישיבה (זייענדיק נשמות בגופים) ממשיך אין עולם הזה הגשמי זייער העכערקייט פון עולם און פון גלות.
ז. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די אַלע ברכות וועלכע זיינען נכלל אין די אותיות פון אל"ף בי"ת פון לשון הקודש, וואָס זיי זיינען כולל אַלע עניני קדושה — ווערן נמשך במיוחד צו תלמידי הישיבה, וועלכע שטייען העכער פאַר כל עניני
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-jb9qzbdd
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.