ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ
394
כלי צו רוחניות, ביז אַז די רוחניות'דיקע קדושה פון אלקות זאָל דורכנעמען די גשמיות אין אַן אַנטפּלעקטן אופן.
ווי דאָס ווערט אַרויסעגבראַכט אין מעשה המצוות: שלימות קיום המצוות במעשה בפועל ווערט דורכגעפירט דוקא דורך אַ נשמה בגוף (וועלכער איז בבחינת "תחתון" בערך צו זיין נשמהה), און דוקא מיט גשמיות'דיקע ענינים פון עולם הזהו.
ועד"ז בנוגע צו תורה: תורה "לא בשמים היא"ז, זי איז געגעבן געוואָרען דוקא בארץ הלזו התחתונה, און דער כח אויף פסק'נען אַ דין איז אָפּגעגעבן געוואָרן דוקא צו אידן — אַלס נשמות בגופים למטהח.
נאָכמער: דוקא דער "יש הנברא" בעוה"ז הגשמי איז פאַרבונדן מיט דעם "יש האמיתי" (עצמותו ומהותו ית')ט, וועלכער איז משפיע ומברך און גיט כח דעם יש הנברא, דער גוף פון אַ אידןי; און דאָס ווערט נתגלה דורך דער עבודה פון אַ אידן מיט זיין גוף הגשמייא.
אוןיב ווי דאָס דריקט זיך אויך אויס אין דעם ענין פון שכר המצוות — כידוע דער פסק דיןיג פון רמב"ןיד, אַז דער תכלית השכר איז דוקא אין דער צייט פון תחיית המתים ווען די נשמות וועלן צוריק אַראָפּקומען אין עוה"ז, און זיך ווידער אָנטאָן אין גשמיות'דיקע גופים; ד.ה. אַז דעם העכסטן גטלעכן שכר וועט באַנומען ווערן דוקא פון אידן אַלס נשמות בגופים בעוה"ז הגשמי.
ג. צווישן אידן גופא שטייט דער ענין נאָכמער בגלוי באַ ישיבה בחורים — וואָס זייענדיק נשמות בגופים (וגופים בריאים בשלימות — עם רמ"ח איברים ושס"ה גידים), בעוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו, איז זייער לעבן און באַשעפטיקונג —
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-a534mdty
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.